בלאט 1 פון 2

שוין גענוג! (אויסגענוצטע פסוקים און חרוזים)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:49 pm
דורך לאליפאפ
אין אונזער עפאכע, זענען 90 פראצענט ניגונים וואס קומען ארויס לאור עולם, אזעלכע וואס ענהאלטן ווערטער, א מערהייט פון זיי לשון הקודש.

נו, וועלכע ווערטער נוצט מען?

איז אזוי, טייל קאמפאזירער געבן זיך נישט קיין עצה, זיי פארמאגן א דינע סידור/תהילים/חומש, מיט א גאר באגרעניצטע צאל פסוקים/תפילות, און דערפאר הערן מיר כסדר (ביי יעדן צווייטן דיסק) ווי מ'האט זיך ווייטער פארליבט אויף עפעס א פארגעלטן חרוז וואס איז שוין געליגן ביי יעדן ארעינדזשער אין זייט פונעם לעפטאפ א צוויי דריי מאל.

די אשכול איז צו מודיע זיין פאר די קאמפאוזערס, ארעינדזשערס, און אלע אינוואלווד ווען א פסוק/חרוז/תפילה איז שוין אויסגענוצט אינגאנצן, און מיר דא אין קאווע שטיבל'ס מוזיק אפטיילונג געבן אויסדריקליך נישט ארויס קיין לייסענסעס אויף די שטיקלעך וואס וועלן דא אויסגערעכנט ווערן אלץ פארנוצט.

גענוג.

איך הייב אן מיט מי אדיר און תמכתי יתדותי און מ'וועט מוסיף זיין כפי הצורך.

די חכמי המוזיק זענען מכובד זיך צו לאזן הערן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:24 pm
דורך קאווע טרינקער
כאיל תערוג
צמאה לך נפשי
לולי תורתך
אור חדש
אחת שאלתי
בואי בשלום
שומרי מצוותיה
ישמחו במלכותך
והיא שעמדה

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:28 pm
דורך יואב
ווי ס׳שיינט, טוט ״שבת״ זיך פארמעסטן מיט ציין און נעגל, אוועקצוכאפן דעם פראנט-ראננער סטאטוס פון דעם מערסט אינדארסירטן קאנדידאט ״משיח״. דאס איז שטייצעך אויב נעמען מיר אן אז מוצאי שבת האט מיט דער שבת קאנדידאטור קיין שייכות.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:00 am
דורך פלעין יודיש
אב הרחמים
ממקומך
כה אמר

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:12 am
דורך לאליפאפ
פלעין יודיש האט געשריבן:אב הרחמים
ממקומך
כה אמר

אב הרחמים
כה אמר

ווי דא אסאך דערפון?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:20 am
דורך קאווע טרינקער
איך קען 3 כה אמר'ס


שפכי כמים, ס'וועפט אויף כוח, אפילו ווען יודא גרין זינגט עס

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:11 am
דורך יואב
לאליפאפ האט געשריבן:
פלעין יודיש האט געשריבן:אב הרחמים
ממקומך
כה אמר

אב הרחמים
כה אמר

ווי דא אסאך דערפון?

כה אמר קען איך נאך ציילן אויף מיין פינגער. אב הרחמים אבער, איז באכשעם דא כמעט אזוי סך ווי אסיפות -- להבדיל אלף אלפי א...סיפות.

דער ״אב הרחמים״ ניגון, האט אזוי שני גויים בבטנו, ולאומים התפרדו. פארהאן שוכן במרומים; דאן איז דא ירחם עם העמוסים.

טא בי אנעסט, רובא פון די אב הרחמים לידער, זענען אין מיינע אויגן העכסט געלונגען, הארציג, רירנד און בענקנד.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:02 am
דורך געפילטע פיש
פון די תפילות איז שוין אלעס אויסגענוצט געווארן, אחוץ ולמלשינים אפשר, תהילים אויך, געציילטע פסוקים זענען נאך עוועילעבעל, כאפטס ווילאנג ס'נאך דא, סבבונו פרים רבים, יחוגו וינועו כשיכור און נאך אפאר. קהלת, משלי, שיר השירים, איכה, ישעיהו, איז שוין אויך פארכאפט, פראבירט גיין צו איוב, מיכה, און עובדיה. אזוי אויך איז אונז נאך פארבליבען אסאך אגדתא גמרות, מ'דארף נישט כאפן ס'דא גענוג פאר יעדן. א ניגון אויף מאן הוי ליומא וואלט נישט שלעכט געווען.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:08 am
דורך יין שרף
אפילו אןיף ״ודלא דא ביה מה ביה״ איז שוין דא איין...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:58 pm
דורך לאליפאפ
יין שרף האט געשריבן:אפילו אןיף ״ודלא דא ביה מה ביה״ איז שוין דא איין...

דו קענסט נאך דעפענעטלי נעמען א לעסן אויף דעי שטיקל גמרא.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:50 pm
דורך petergrifin
אויף אשר יצר איז נאך נישט דא א ניגון.

אויסגענוצטע ר"ת און אויסדרוקן אין די ספה"ק

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:26 pm
דורך פארוואס?
והבן
ודו"ק
וק"ל
ודפח"ח
כידוע ליו"ח
והוא רחום יכפר וכו'
וד"ל
ודי לחכימא ברמיזא
ואיכמ"ל
ודי בזה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:50 pm
דורך מנחם
קול ברמה, איך קען לכה"פ דריי
אם אשכחך, כנ"ל, (נאכאמזל, ווען נישט האב ווייס איך נישט צו עס וואלט מיר נישט ארויס פון קאפ...)
ולירושלים עירך.
אשא עיני.
חסדי ה'.
עוד ישמע.
מה תגידו עלי, טאקע איינס אבער שוין געהערט מער ווי די אנדערע וואס פארמאגן דריי נגינום צוזאמען...

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:46 pm
דורך לאליפאפ
שבת האב איך דיסיידעד צו פרירן דעם פסוק הקשיבה אויף ווייטערדיגע באנוץ.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:41 pm
דורך פליקער
מען ברויך האבן גינעס ווערלד רעקארד אויף וועלכע ווערטער איז דא די מערסטע ניגונים, די הויעכע אויפ מיין ליסטע איז אני מאמין בביאת המשיח,
אבער איך מיין אז די מערסטע אויסגעניצטע פסוק איז לכאורה אחת שאלתי מאת השם, איך קען לכל הפחות פינף ביז צעין, אפשר איז דא עפעס מער, אדרבה לאמיר הערן, אפשר והוא שעמדה, מודה אני, ותערב, צמאה לך אלע האבן בערך פינף וואס איך קען.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:45 pm
דורך רויטע וואנצעס
ארשת שפתינו....

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:21 am
דורך לאליפאפ
וידע כל פעול דעפענעטלי.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:21 am
דורך קאווע טרינקער
petergrifin האט געשריבן:אויף אשר יצר איז נאך נישט דא א ניגון.

ס'יא דא.
די הויכע פאל גייט: והתקין לו ממנו איי ייי ייי ייאיי 2x
בנין... בנין.... בנין עדי עד....

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 9:36 am
דורך petergrifin
איך האב געמיינט אשר יצר ...נקבים נקבים....

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 1:36 am
דורך יין שרף
petergrifin האט געשריבן:אויף אשר יצר איז נאך נישט דא א ניגון.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 9:53 am
דורך טעפל
ואפילו בהסתרה
ויהיה רחמיך
רחם

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:55 pm
דורך לאליפאפ
טעפל האט געשריבן:ואפילו בהסתרה
ויהיה רחמיך
רחם

האסט נישט פארשטאנען די כוונה פונעם אשכול.. איך מיין פסוקים וואס מ'האט שוין אויסגענוצט. ויהיו רחמיך איז נאר דא צוויי, בהסתרה נאר איין, און רחם דארף מען טאקע אפשטעלן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:09 am
דורך ציבעלע-קיגל
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך קען 3 כה אמר'ס


איך קאן 5