כנגד שתי אט"ד דיברה תורה, אחד חכם ואחד רשע
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 3:04 pm
שוין א לענגערע צייט וואס כ'וויל שרייבן וועגן דעם נושא, אבער כ'בין ביז איצט נישט אנגעקומען.
מען זאגט אז ס'איז נישט קיין נייע ערשיינונג און פארצייטענס איז גאר געוועהן ערגער, אבער דאס איז אמאל זיכער אז מיר געפונען זיך היינט אין א ביטערע סיטואציע. ס'איז היינט א מצב וואס אין בית אשר אין שם מת. נישט אחד בעיר ושניים במשפחה, נאר אסאך אסאך מער. גאנצע שטיקער כלל ישראל פאלן, למחצה לשליש ולרביע. ווי מ'גייט נאר טרעפט מען אן נאך געוועזענע היימישע אידן וואס האבן מחמת סיבה זו או אחרת אראפגעווארפן דעם עול התורה והמצוות. אויב אמאל האט מען געוויסט אז מען קען רעדן אידיש מיט א רואיגקייט אן מורא האבן אז דער גוי דערנעבן זאל פארשטיין - איז היינט אן אנדערער מצב אינגאנצן. נישט לאנג צוריק האב איך אנגעפונען א פלייט עטענדענט אויף אינדיען ערליינס, א גוי גמור, מיט א פערפעקטע אידיש! די מצב איז ביטער, זייער ביטער.
פארוואס דאס איז אזוי ווענדט זיך וועם איר וועט פרעגן. א גרויסער עולם איז מאשים דעם אינטערנעט, און אפילו א גרעסערער עולם באשולדיגט די וואס האקן קעגן דעם אינטערנעט. דאס איז אבער נישט די נידון איצט, נאר עפעס אנדערש.
די מיטגלידער פון די אפגעפארענע קהילה, אדער ווי זיי גלייכן זיך צו רופן "או. טי. די.", האבן טאקע אלע געוויסע ענליכקייטן וואס מאכט זיי גלייך איינער מיט דעם אנדערן, אבער בפועל זענען זיי צעטיילט אין צוויי קאטעגאריעס. זיי ענדלען טאקע מיט דעם וואס זיי אלע פארשטייען אידיש, האבן געלערנט אין פרומע מוסדות, און זענען קינדער און געשוויסטער פון חרדי'שע אידן, אבער זענען דאך אנדערש איינס פונעם אנדערן כרחוק מזרח ממערב.
ס'זענען דא די וואס האבן אפגעלאזט אידישקייט, פארגעסן אז זיי זענען אמאל געוועהן פרום און געגאנגען לעבן א פרייען לעבן. יעדער פאר א צווייטע סיבה — דער ווייל ס'איז אים ענג געוועהן דאס לעבן אלס א חרדי'שער איד און דער ווייל מען האט אים ענג געמאכט דאס לעבן. טייל האבן געהאט ספיקות אין אמונה און טייל ספיקות אין קדושה. דא אזעלכע וואס האבן געשפירט אז זיין אן אדוואקאט איז זיי וויכטיגער ווי האבן א משפחה און געזעלשאפט און פאר מאנכע איז נמאס געווארן קוקן ווידיאוס אונטער'ן דאכענע. נו, ווי שטארק ס'טוט וויי אויף יעדע פארלוירענע נשמה איז עס פארט זייער לעבן און החלטות — זיי טשעפען נישט קיינעם און מ'קען זיי דן זיין לכף זכות אז זיי זענען אדורך שוועריגקייטן ואל תדין את חברך עד שתגיע למקומו.
דאס איז איין קאטאגאריע.
דערנאך זענען דא די וואס געהערן אין אן אדערער קאטאגאריע. זיי אויך, ווי די פריערדיגע, היטן נישט קיין תורה ומצוות. זיי אויך האבן מעגליך לעגיטימע סיבות פארוואס זיי זענען ארויס לתרבות רעה. אבער אויסער דעם אלעם האבן זיי נאך אן איינצעלהייט וואס די פון דער ערשטער קאטאגאריע האבן נישט, דהיינו: זיי זענען האסערס. אנדערש ווי די קאטאגאריע-איינס פארשוינען, זענען זיי נישט אוועקגעגאנגען לעבן זייער לעבן און אונז געלאזט לעבן, נאר געבליבן דא, צווישן אונז, מיט'ן ציל ביטער צו מאכן דאס לעבן פאר צענדליגער טויזענטער מענטשן וואס האבן זיי קיינמאל נישט קיין שלעכטס געטון. זיי האבן טאקע, קען זיין, אלע רעכטן צו זיין מלא טענות וכעס אויף די חרד'שע געזעלשאפט, טייל פון זיי זענען אריבער שווערע פרשות פון מאלעסטעישן און ס'איז נישט געוועהן צו וועם צו רעדן, אנדערע זענען דורך שלעכטע הייראטן און זענען מלא טינא, אבער אנשטאט אויסגעבן זייער כעס אויף די הנהגה און פירערשאפט, אנטשטאט אטאקירן זייערע עביוזער און רודפ'ער, געבן זיי עס אויס אויף יעדער יחיד אין גאס און אטאקירן רעכטס און לינקס אן אפטיילן צווישן די שלעכטע און גוטע. אנשטאט זיין אויפריכטיג און דערציילן "נאר" דעם אמת וואס טוט זיך אפ אין אונזער געזעלשאפט זענען זיי מוציא דיבה אויף יעדן יחיד און מאלן אונז אראפ ווי קאניבאלן, טעראריסטן און קינדער און פרויען פרעסער.
א גוטן ביישפיל, איז א פרוי וואס האט מקדיש געוועהן איר לעבן צו באשמוצן און דערביטערן דאס לעבן פון טויזענטער מענטשן וואס זי האט קיינמאל, און וועט קיינמאל נישט קענען. פערל (פערי) רייך איז א פערפעקטן דוגמא פון א האסער אונטערן שלייער פון שיינע בלאנדע האר. ס'איז טראגי-קאמיש ווי פונקט זי, פונקט איינע וואס מאכט זיכער אז ס'גייט נישט פארביי א טאג וואס זי זאלן נישט בארעדן און פארשמירן פרומע אידן אויף סאציאלע מידיא צי אויף דר. פילל, פונקט זי הערט נישט אויף בלאבלען ווי זי איז מחנך אירע קינדער צו רעספעקטירן אנדערע און טאלערארירן אנדערע מיינונגען. איר גאנצע לעבן באשטייט פון איין זאך: שפייען שנאה און וויי טוען אנדערע, און וואונדער איבער וואונדער! זי פרעדיגט גאר טאלעראנץ! זי אדוואקאטירט פאר ליבע און הארמאניע!
גלייבט מיר, איך האב גארנישט פערזענליך קעגן די או. טי. די. און אין פאקט, איינער פון מיינע נאנסטע חברים איז א געוועזענער היימישער איד וואס היט מער נישט קיין שבת און עסט יום כיפור. ס'איז זיין חשבון און זיין לעבן, און על-אף די מיינונגס דיפערענצן וואס מיר האבן נעמט עס גארנישט אוועק פון אונזער יארן-לאנגע קשר און פריינדשאפט. ער לעבט זיין לעבן און איך לעב מיך מיין לעבן, און אינדערמיט מאכט מען צייט צו שמועסן און פארברענגען. איך רוף אים פאר סעודות פון צייט צו צייט און מיין פרוי און איך גייען ארויס מדי פעם לפעם מיט אים און זיין חבר'טע האבן א גוד טיים, זיך אויסזשוכען און פארברעגען.
וואס מאכט מיר קראנק זענען די האסערס און היפאקריטן וואס שפייען און פרעדיגן האס און שנאה און גייען נאכדעם פארקויפן לעקציעס אין ליבשאפט. נישט דא קיין נפק"מ צווישן זיי און די ראדיקאלן אין אונזער מחנה. איינער גייט מיט א הוט און רעקל און איינער גייט מיט א כתובת קעקע. אבער דאס איז עס.