בלאט 1 פון 2

ווי לייגט מען דאס אויס?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:41 pm
דורך קרעמער1
דאס ווארט קען מען טרעפן - אויף גוגל און אין דזשורנאלן - אויסגעלייגט:

1) איבערמידליכע
2) אומערמידליכע
3) אימערמידליכע
4) אונערמידליכע
5) אומדערמידליכע

וועלכע איז ריכטיג?

ליבי אומר לי: אומערמידליכע
אבער איך ברויך א הסכמה פון יודעי שפה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:44 pm
דורך ונבנתה העיר
איך בין נישט פון די יודעים, אבער לכאורה איז מער מסתבר 'איבערמידליכע', 'איבער' מלשון מער [איבערמידליכע כוחות].

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:49 pm
דורך קאווע טרינקער
אבטולמוס האט געשריבן:אומדערמידליכע, מלשון ער ווערט נישט דערמידעט - ער גייט ווייטער אן.

וואס מיינט דערמידעט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:59 pm
דורך Kool man
איבערמידליכע מיינט מ'איז איבער מיד, אווער טייערד בלע"ז
אימערמידליכע מיינט מ'איז אימער מיד, שטענדיג איז מען מיד
) אונערמידליכע איז נישטא אזא ווארט, אבער די וואס פארטוישן א מ מיט א נ וועלן אשטאטץ אומערמידליך זאגן אונערמידליך
אומדערמידליכע איז די זעלבע ווי אומערמידליכע, מיט א צוגעלייגטען דלת, ווי פיל מענטשען וועלען זאגען פערזענדליך אשטאטץ פערזענליך, געווענדליך אשטאטץ געווענליך וכו'

ליבי אומר לי: אומערמידליכע
דיין ליבי זאגט דיר גוט, ריכטיג! אומערמידליך, מ'ווערט נישט מיד, מ'ארבעט איבער די כוחות, וזהו! :!:

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:32 pm
דורך Kool man
אבטולמוס זאגט פיין, העסטו מיר ווען געלייקט העט'ך דיך ווען צוריק געלייקט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:36 pm
דורך כוכב
די מעלות האט געהאט א שמועס דערפון אין פאפולערן קאלום מאמע לשון.
זיי זאגן אז עס קומט אומערמידליכע.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 4:40 am
דורך קרעמער1
פלוצלינג = 63,300 אויף גוגל
פליצלונג = 296
פלוצלונג = 14,700
פליצלינג = 615

די מיט די מערסטע רעזאלטס מיינט אז ס'איז די ריכטיגע?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 5:57 am
דורך כוכב
פלוצלונג איז די ריכטיגע.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 7:18 am
דורך כוכב
אבטולמוס, איך האב נאך 'קיינמאל' נישט געזען איינעם שרייבן אומדערמידליכע.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 11:10 am
דורך רויטע וואנצעס
כוכב האט געשריבן:פלוצלונג איז די ריכטיגע.


איך האב אויך אזוי געהאלטן אבער דאס איז נאר אין היימיש אידיש. אין אידישע דיקשענאריס ווי אויך גוגל טרענסלעט זאגט פלוצלינג. וועגן דעם מסתמא האט עס די מערסטע רעזולטאטן אויף גוגל, צוליב די אידישסטע צייטונגען.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:05 pm
דורך קינד_אן_קייט
ונבנתה העיר האט געשריבן:איך בין נישט פון די יודעים, אבער לכאורה איז מער מסתבר 'איבערמידליכע', 'איבער' מלשון מער [איבערמידליכע כוחות].

ס׳ווענדט זיך אוודאי אויף וואס מען וויל ארויסברענגן, לכאורה איז דער כוונה אז יענער טוט למעלה מכוחותיו, וויל מען דאך ארויסברענגן זיין שבח, טא אויב אזוי איז:

איבערמידליך דער ריכטיגער אפטייטש, ווי [tag]ונבנתה העיר[/tag] האט ערווענט,
אומערמידליך קען אויך ווערן גענוצט, מלשון ״אומערצויגן״, דהיינו, יענער ווערט נישט מיד,
אימערמידליך וואלט געמיינט אז ער איז כסדר (ווען אימער) מיד, לגמרי נישט קיין שבח,
אונערמידליך איז ענליך צו אומערמידליך, דהיינו, אן ווערן מיד (מיט א דייטשע הבהרה),
אומדערמידליך וואלט באדייט דאס זעלבע ווי אומערמידליך.

כנלפע״ד.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 3:22 pm
דורך לאליפאפ
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:פלוצלונג איז די ריכטיגע.


איך האב אויך אזוי געהאלטן אבער דאס איז נאר אין היימיש אידיש. אין אידישע דיקשענאריס ווי אויך גוגל טרענסלעט זאגט פלוצלינג. וועגן דעם מסתמא האט עס די מערסטע רעזולטאטן אויף גוגל, צוליב די אידישסטע צייטונגען.


זיכער פלוצלינג.
פון ווי נעמט כוכב פלוצלונג ווייס איך נישט..

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:41 pm
דורך ביבער
phenomenon זאגט זיך 'פענאמענאן' אבער איך זעה עטליכע שרייבער דא לייגן עס אויס 'פענאמען', לכאורה סתם א טעות.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:42 pm
דורך כוכב
אויף אידיש זאגט מען פענאמען.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 10:49 pm
דורך קרעמער1
באגנוגן
באגענוגן
באגענוגען
באגענוגענען

איך נוץ בדרך כלל די צווייטע

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 11:18 pm
דורך כוכב
באגנוגן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 9:59 am
דורך שמעקעדיג
עס איז לעצטנס אריין אין סטייל צו נוצן דעם ווארט פענאמען. דער מאמענט, צב"ש, פארפעלט נישט א וואך מיט דעם ווארט (דער שרייבער 'שלמה וואלף' נוצט עס אפט).

אריין אין דעם אשכול........
viewtopic.php?f=10&t=6966

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:06 pm
דורך בשבילי!
ענליך אדער ענדליך

לעצטענס זעט מען דא שרייבער שרייבן ענדליך במקום ענליך, אפשר איז די טעות צוליב ענדלט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:08 pm
דורך כוכב
ענדליך איז דער באס אנגעקומען
אתרוג איז ענליך צו א לימאן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:11 pm
דורך בשבילי!
יא, אבער דו ענדלסט זייער אין דיין טאטן, קומט שוין מיט א דל''ת. אפשר דאס ברענגט דעם טעות

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:45 am
דורך ישובניק
קרעמער1 האט געשריבן:דאס ווארט קען מען טרעפן - אויף גוגל און אין דזשורנאלן - אויסגעלייגט:

1) איבערמידליכע
2) אומערמידליכע
3) אימערמידליכע
4) אונערמידליכע
5) אומדערמידליכע

וועלכע איז ריכטיג?

ליבי אומר לי: אומערמידליכע
אבער איך ברויך א הסכמה פון יודעי שפה


די איינציגע ריכטיגע זענען
אומערמידליך
אומדערמידליך

ביידע מיטן זעלבן משמעות. דער חילוק איז נאר צי מ'ניצט א ד' צי נישט, אזוי ווי ביי אנדערע ווערטער, ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט. אויב איר וואלט געשריבן ערמידליך (טעארעטיש - ווייל פראקטיש איז נישטא אזא ווארט), איז אומערמידליך. דערמידליך - אומדערמידליך.
די אנדערע ווערטער זענען נישט קיין ווערטער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:47 am
דורך ישובניק
כוכב האט געשריבן:די מעלות האט געהאט א שמועס דערפון אין פאפולערן קאלום מאמע לשון.
זיי זאגן אז עס קומט אומערמידליכע.


אומדערמידליך איז אויך בארעכטיגט (אזוי ווי דערוואקסן, דערהאלטן, אומדערשעפליך), נאר ווייניגער פאפולער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:47 am
דורך ישובניק
קרעמער1 האט געשריבן:פלוצלינג = 63,300 אויף גוגל
פליצלונג = 296
פלוצלונג = 14,700
פליצלינג = 615

די מיט די מערסטע רעזאלטס מיינט אז ס'איז די ריכטיגע?



פלוצלינג