בלאט 1 פון 1
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:29 pm
דורך אדמו״ר
עס זענען געווען פון די מתנגדים צום דרך החסידות, וואס האבן געזאגט אז מיט די נקידה זענען זיי מקנא די חסידים.
אבער בנוגע גיין אין מקוה שבת אינדערפרי, איז געווען גרויס התנגדות פון די מתנגדים.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:35 pm
דורך [NAMELESS]
די נאמען פון די אשכול דארפסטו טוישען ווייל די טעמים וואס דו שרייבסט האט גארנישט מיט יעדע טעג, עס וועט זיך ווי ריין מען איז,
נ. ב. די אויפן וויאזוי די היינטיגע מקוואות זענען אוסגעשטעלט און וויאזוי רוב עולם איז זיך מתנהג דארט בין איך מסופק צו אוף די דארט רעדן זיי אויף,
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 7:49 pm
דורך לעיקוואד
אבטולמוס האט געשריבן:עס איז נישט אמת אז דער מנהג פון טבילה בכל יום האט שוין עקזיסטירט פאר'ן קריג. דער מנהג -
אויף א מאסן-פארנעם - איז א גענצליך נייע ערשיינונג. עס זענען פאראן מער מקורות אויף
נישט גיין אין מקוה יעדן טאג, ווי אויף יא גיין אין מקוה יעדן טאג. נאר כדרכם פון חרדישע לוקטי לקוטות, איז מען
משקר דורך אויסלאזן.
א גוגל סוירטש האט מיך געפירט אהער:
viewtopic.php?f=13&t=827
פארשטייט זיך אין דער ווארט איז תלוי דיין טענה. וואס פונקט איז דער מאסן פארנעם וואס איר רעדט. מן הסתם איז געווען מקומות ווי עס איז געווען די מנהג גיין יעדער טאג און געווען וואס נישט, אויך היינט איז דא אזעלכע און אזעלכע פלעצער. קען זיין היינט איז מער נתפשט געווארען די ערשטער מנהג, מסתם אויך אדאנק די באקוועמליכקייט פון די היינטיגע מקוואות. איז אייער "מער" מקורות שטייט אז מען
טאר נישט גיין אין מקווה יעדער טאג? אדער סתם אז עס איז נישט געווען איינגעפירט?