בלאט 1 פון 1

האמאפאון, האמאגרעף און האמאנים

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 1:09 am
דורך דריידל
וועט איר זיך אודאי מיטשענען צו דערגיין די באדייט פונעם קעפל, זאג איך אייך אז דאס זענען ענגלישע ווערטער אויסגעלייגט מיט אידישע בוכשטאבן. אויף ענגליש שרייבט מען דאס אזוי: homophone, homograph & homonym. איך ווייס נישט וויאזוי מ'זאגט עס אויף אידיש, האב איך געמיזט ניצן די ענגלישע ווערטער.

לאמיר דאס מסביר'ן איינס ביי איינס.

האמאפאון
דאס זענען צוויי ווערטער וואס הערן זיך די זעלבע אבער האבן אן אנדערע באדייט און ווערן אנדערש געשריבן. למשל, אין & און. דער ערשטער מיינט "איך בין אריין אין בית מדרש"; דער צווייטער מיינט "מושי און חיים זענען די בעסטע שרייבער".

האמאגרעף
דאס איז פארקערט ווי האמאפאון, עס שרייבט זיך די זעלבע אבער הערט זיך אנדערש און האט אן אנדערע באדייט . למשל, דאך, קען מיינען "אפשר דאך?" (מיט א קמץ) אדער "די דאך איז מיר איינגעפאלן" (מיט א פתח).

האמאנים
זענען צוויי ווערטער וואס שרייבן און הערן זיך די זעלבע אבער האט אן אנדערע באדייט. למשל, באנק, קען מיינען א באנק אויף וואס מ'זיצט אדער א באנק ווי מ'האלט געלט.

כ'האב אמאל געליינט א סימן אויף האמאפאון און האמאגרעף. אויף א פאון קען מען הערען, דערפאר הייסט האמאפאון ווען ביידע ווערטער הערן זיך די זעלבע, א גרעף איז עפעס וואס מ'שרייבט און האמאגרעף איז ווען עס שרייבט זיך די זעלבע. למעשה, זענען דא זייער ווייניג אידישע ווערטער וואס פאלן אריין אין איינע פון די דריי קאטעגאריעס , אנדערש ווי ענגליש און, להבדיל, לשון קודש.

אין דעם אשכול קען דער עולם ארויפשטעלן זייערע געפינסן אין דער אידישער שפראך. אויב וויל איינער ברענגן משלים אין ענגליש וועל איך נישט ברוגז זיין, אבער מ'קען טרעפן גענוג און נאך דערפון אנליין.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 1:22 am
דורך ונבנתה העיר
ביי אונז איז דא א נאך א סארט...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 7:30 am
דורך ישראל קאפקע
ונבנתה העיר האט געשריבן:ביי אונז איז דא א נאך א סארט...

א גוטע פונקט, :like

האמאפאון

און / אין
גוט / גיט
זוך / זיך
צו / צי

און נאך א סארט האמאפאון
אויוון / אויבן
נעבן / לעבן

האמאגראף
ווייס waiss / wass
בעט צום שלאפן / ווי צום גזלן
איילן יאגן / מאס
שיף קרום / ים פארער
מיין נישט דיין / פשט

האמאנים
מיטל עצה / אינמיטן
הויך loud / high
ווייטער המשך / אוועק
רעכט ימין / צדק
שווער סתם שווער / זייער שווער :lol:

וואס טוט מען מיט זייער?
Theirs / very האמאנים
Filter האמאגראף

ס'איז דא גענוג און נאך פון יעדן סארט אין אידיש,

אגב סאיז נישט קיין 'סימן' אז פאון קען מען הערן און גראף קען מען זען, פאון 'מיינט' קול אין לאטייניש, און גראף מיינט שריפט אדער בילד,
מיט אביסל מחשבה קען מען גיין פיל ווייטער,
האמא מיינט 'די זעלבע' 'אייניג',

האמא-פאון אייניג-קול
האמא-דזשענעס, מיינט פון איין סארט,
האמאפאוביע, מיינט שרעק פון די וואס אינסיסטן אז צוויי איי-ווייסלעך מאכט אן איי, ;)
פאוביע ווייסט דאך יעדער מיינט שרעק

האמא-גראף מיינט זעלבע-שריפט
טעלע-גראף ווייט-שריפט
טעלע-פאון ווייט-קול
טעלע-פארט ווייט-פירן
אימ-פארט אריינ-פירן
עקס-פארט ארויס-פירן
טעלע-וויזשן ווייט-זען
טעלע-סקאפ ווייט-קוקן(אפאראט)
פאטא-גראף ליכט-שריפט
פאטא-סינטעסיס ליכט-צוזאמשטעלונג (באטאניק)
אטא-גראף זעלבסט-(אונטער)שריפט
אטא-מאביל זעלבסט-ארום-פירן
אטא-נאמיע זעלבסט-הערשאפט
גראפא-לאגיע שריפט-לערע
טעא-לאגיע גאט-לערע
מאנא-טעאיזם איין-גאט (גלויבן)

האמא-נים אייניג-נאמען
אנא-נים אנע-נאמען
אנא-ארכיע אנע-הערשאפט
מאנ-ארכיע איין-הערשאפט ('איין', נישט 'צוויי' וואס זענען אייניג)
מאנא-לאג איין(זייטיגער)-שמועס
דיא-לאג צוויי(זייטיגער)-שמועס
דיא-קאט צוויי-בלעטערדיג (באטאניק)

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 8:10 am
דורך דריידל
קאפקע, די ווארפסט צאם אין דיין תגובה פון אלע זייטן. ס'האט מיר געדויערט צייט צו כאפן אפאר זאכן אבער ביי די ענד איז אלעס קלאר.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 8:14 am
דורך כוכב
'שטערן' האט דריי באדייטן.
'דינער' פאלט אריין אין אלע קאטאגאריעס.
דינער - dinner, נאכטמאל אדער מסיבה. דינער און בליץ. דינער און דיקער. דינר און סלע.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 8:58 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:'שטערן' האט דריי באדייטן.
'דינער' פאלט אריין אין אלע קאטאגאריעס.
דינער - dinner, נאכטמאל אדער מסיבה. דינער און בליץ. דינער און דיקער. דינר און סלע.

פון דארט איז נישט קיין ראיה. דאס איז מיינונג אין פארשידענע שפראכן פון דעם זעלבן ווארט. דער סובזשעקט דא איז ווערטער אין די זעלבע שפראםך וועלכע האבן א פארשידנארטיגע מיינונג...!