געדאנקען פון א הונגעריגן איד
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:52 pm
נאך יארן אין גלות
דאס פאלק טריי,
מי כעמך ישראל
וויל איך געבן א שריי.
די באבעס געלערנט
די קינדער געהארכט,
דורות שפעטער,
ווייטער מיט פארכט.
וויפיל הונדערטע יאר
בלתי יאומן,
דאס אידישע מוטער,
קען מען בייקומען.
זיס ווארעם ווייעך
אוי, שפייאכטס רינט,
ווייס און ברוינליך,
די תאווה עס צינט.
אין וואסער אין פייער
ביז משיח'ס צייטן,
מיט מסירת נפש
די מסורה נישט בייטן.
יעבור עלינו מה
וועל'ן מיר נישט פארגעסן,
ביז'ן לעצטן אטעם,
וועט מען קאקאש עסן.
נישט אינטערשאצן
די גבורה פונעם איד,
קאקאש ביז'ן טויט
אן ווערן מיד.
קאקאש, קאקאש
מיר ליבן דיר צום טויט,
פארלאז אונז נישט
אין צייט פון נויט.
טאקע א תענית,
ליידיג די בני מעיים,
אבער שפעטער קומט
כפלי כפליים.
סהדי במרומים
נישט הערינג ווילעך,
נאר דיר קאקאש
געטינקן אין מילך.
דאס פאלק טריי,
מי כעמך ישראל
וויל איך געבן א שריי.
די באבעס געלערנט
די קינדער געהארכט,
דורות שפעטער,
ווייטער מיט פארכט.
וויפיל הונדערטע יאר
בלתי יאומן,
דאס אידישע מוטער,
קען מען בייקומען.
זיס ווארעם ווייעך
אוי, שפייאכטס רינט,
ווייס און ברוינליך,
די תאווה עס צינט.
אין וואסער אין פייער
ביז משיח'ס צייטן,
מיט מסירת נפש
די מסורה נישט בייטן.
יעבור עלינו מה
וועל'ן מיר נישט פארגעסן,
ביז'ן לעצטן אטעם,
וועט מען קאקאש עסן.
נישט אינטערשאצן
די גבורה פונעם איד,
קאקאש ביז'ן טויט
אן ווערן מיד.
קאקאש, קאקאש
מיר ליבן דיר צום טויט,
פארלאז אונז נישט
אין צייט פון נויט.
טאקע א תענית,
ליידיג די בני מעיים,
אבער שפעטער קומט
כפלי כפליים.
סהדי במרומים
נישט הערינג ווילעך,
נאר דיר קאקאש
געטינקן אין מילך.