אראומע 24# - פאוסט קאוועשטיבליזם
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 8:04 pm
קאווע שטיבל גייט אויף רעדער, עס שרייבט זיך איין אראומע נאך די אנדערע, ואני אנה אני בא? כ׳האב נישט קיין צייט צו לייענען, און א וודאי נישט צו שרייבן, הזמן קצר והמלאכה מרובה, אבער בעה״ב דוחק.
א [tag]כוכב[/tag] האט מככב געווען דא אין שטיבל, טאקע אזא כוכב העולה אחת לשבעים שנה ומתעה את הספנים, וועלכע ספנים? זעהט אויס אז מ׳מיינט דא טאקע דעם [tag]טיטאניק[/tag]. (און אז מ׳רעדט שוין, לאמיר זאגן את אשר בלבבי, טיטאניק לבי עליך, עס איז אן ערשטע מאל וואס כ׳האב באמערקט אז מ׳קען אמאל אמת׳דיג וויי-טוהן איינעם דא אין שטיבל, כ׳בין זיכער אז דו - כוכב - האסט עס נישט געמיינט, אבער נאך אלס, אויב האסטו געזעהן אז עס באדערט איהם אזוי, לדעתי לדעתי וואלטסטו געדארפט קלארשטעלן א התנצלות).
שוין, איז וואס איז געווען די מעשה מיט מיינע אראומעס, דער ריינער אמת איז, אז כ׳האב שוין געהאט צוויי מאל עפעס אינטרעסאנט, און עס איז מיר מיסטעריעז פארשוואונדן געווארן, שטעלט זיך ארויס, אז איינמאל האב איך עס בטעות אויסגעמעקט, און די צווייטע מאל האב איך עס נישט געסעיווט.
איהר מוזט מיר נישט גלייבן, (ווייל איך וואלט אייך אויך נישט געגלייבט אין אזא פאל). אבער דאס איז דער אמת. נו, אז איהר גלייבט מיר שוין עניוועיס נישט, דאן לאמיר שוין זאגן, אז דאס זענען געווען ארטיקלען אזוינס און אזעלעכס, עס וואלט געלייגט אין שאטן אלע אנדערע אראומעס, בקיצור - איהר האט אלע פארפאסט. ווי על דאבדין ולא משתכחין.
שוין, איז יעצט זאל איך ווי א נאר צום דריטן מאל זיך נעמען שרייבן, אריינלייגן קאפ און מחשבה, ווער ווייסט צו עס וועט בכלל עפעס ווערן דערפון? האב איך געטראכט צו מיר ווייסטו וואס? לאמיר זיך אהער שטעלן אזוי ווי די ריזן פונעם שטיבל, ווי למשל: [tag]הוגה[/tag], לעיקוואד, [tag]געפילטע פיש[/tag], וואס שרייבן נישט קיין ארומעס (ביזדערווייל). די סיבה דערפאר איז זייער פשוט: אז יעדער שרייבט איז דאך נישט אינטרעסאנט צו שרייבן, מיר דארפן דאך זיין עפעס אנדערש, וואס מיינסטו, ס'שרייבט זיך עפעס אזוי אשכולות? היכול אוכל דבר מאומה, הדבר אשר ישים אלקים בפי אותו אדבר.
ניין, איך קען זיך נישט אריינלייגן אין אזוינע גרויסע שיך, דעריבער האב׳ך מחליט געווען אז כ׳גיי מיר אוועק זעצן אויפן קיבארד און אנפאנגען צו קלאפן אהן טראכטן, און וואס עס וועט ווערן - וועט ווערן. (עפעס אזוי ווי הערשל פרידמאנ׳ס אנאליזן אויף קאלמעוואסער).
נו, איז וואס זאל איך שרייבן? צום ערשט האב איך געטראכט יעדער שרייבט שיינע ארטיקלען, יעדער שרייבט ארום עפעס א געוויסע ענין וואס זיין אינטערעסע ציהט איהם אהין, איך ׳על שרייבן עפעס איבער די אראומעס אליינס, ס׳זאל זיין עפעס דיפרענט.
שוין, געב איך א קוק, זעה איך אז עס איז שוין דא גענוג איבער די אראומעס אליינס, יאיר האט שוין געטוהן דאס, בענדזעשעמין האט עס שוין געטוהן. אקעי, עס איז שוין גארנישט געבליבן פאר מיר.
געב איך א טראכט צו מיר: פארוואס? (מיין דיפאלט מחשבה), הלמאי איז עס טאקע אזוי, אז נאטורליך קומט מען דא אייביג מיט אזעלכע די דיפרענט איידיעס, דער ענטפער איז: וועלקאם טו קאווע-שטיבל!!!
יא, דאס איז קאווע שטיבל, א באנדע אויבער-חכמים, איפכא מסתברא׳ניקעס, לאו דוקא׳ניקעס. אייביג טראכט מען אנדערש ווי די עסטאבלישמענט. יעדע נושא ווערט דא באשריבן קאנטרעווערסיאל, פול מיט לאגיק און פילאזאפיע, אריינגעמישט מאמרי חז״ל, און באשמירט מיט חסידישע מושגים.
בקיצור, אז די מענטשהייט זאגט : ניין! וועלן מיר טשאלענדזשן: אפשר יא? אויב זאגט מען : יא. איז אפשר ניין.
אמנם דא עקא, אז ווען עס נעמען זיך צוזאמען א קבוצה פון אויבער-חכמים, וואס געשעהט? דער אויבער חכם ווערט א רעגולער חכם, דער איפכא-מסתברא׳ניק ווערט א הכי-מסתברא׳ניק, און דער לאו דוקא ווערט פארוואנדלט אין א דוקא׳ניק. דאס איז עס, עס איז שוין מער נישט דיפרענט, עס איז שוין פשוט נארמאל.
יעדע fashion ווערט old fashion, און קאווע שטיבל קען זיך נישט ארויסדרייען פון אט דעם פאקט. דער אויבער-חכמיש׳קייט איז שוין אלט-פאשיאן, און עס קומט א צייט וואס מ'דארף גיין צום נעקסטן שטאפל.
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן, אז עס איז דא עפעס אזא נטיה ביי די מענטשהייט, צו וועלן פיהלן אייביג ווי דאס וואס מיר האלטן איז שוין דאס לעצטע שטאפל, דאס איז שוין די מסקנא, מיר האלטן שוין ביים לעצטן ווארט.
בכלל, יעדן מאל וואס עס איז דא מיינונגס-דיפערענס צווישן צוויי מענטשן אדער גרופעס, וועט אייביג יעדע צד האלטן, אז זיי פארשטייען פונקטליך אלע פרטים און פרטי פרטים פון די אנדערע צד, און מיט דעם אלעם, זאגן זיי וואס זיי זאגן.
וואס מיינסטו, דער סקווערער חסיד קוקט ארויף אויף דעם עקס-סקווערער אלס א קלוגער מענטש. ניין ער באטראכט איהם אלס א נער, און אלס א .... אויבער-חכם.
יא, אט דער מילת גנאי "אויבער-חכם" וועט אונז האלטן אינעם שווערן גלות. טראכטס גוט אריין וואס ליגט אונטער דעם טיטל, דא ליגט א קלארע מעסעדזש צום חכם, דער וואס קומט מיט לאגישע טענות קעגן דעם "סיסטעם", ביסט אן אויבער-חכם! גארנישט, דאס איז עס. יעצט קענסטו שוין זאגן וואס דו ווילסט.
אין אנדערע ווערטער, דער רעגולער חכם זאגט פארן אויבער חכם: וואס מיינסטו? איך ווייס נישט וואס דו האסט צו זאגן? מיינסט איך בין עפעס אזא נער? ניין. איך ווייס פונקטליך וואס די טענה'סט, און אף על פי כן, בין איך א נער און איך גלויב, אבער ניין, מיין נישט פאר א מינוט אז איך בין באמת דער נאר, דו ביסט דער אויבער-חכם!!
יעדער איינער וויל פיהלן אז ער איז Ahead of the game. יעדער חרדי'שער איד האט ליב צו הערן די טעיפס פון אמנון יצחק, ווי אזוי ער מאכט ליצי ליצנות פון אלע סייענטיסטן פון די נארישע עוואוליציע טיאריע. און אויב איז ער שוין אביסל אויפגעקלערט וועט ער לייענען זמיר כהן, ווי גאר פארקערט, די סייענטיסטן דערנענטערן זיך צו די חכמת התורה, נו, דעמאלס זענען מיר דאך שוין טאקע ביי די לעצטע ווערסיע פון אלע סייענטיפישע פארשונגען.
בקיצור יעדער איינער וויל זיין דער לעצטער אויבער חכם, האט שוין אמאל א קלוגער איד (ושמו: [tag]ממרום שלח אש[/tag]), געפרעגט: אוואו שטעלט זיך עס אפ?
ווי באקאנט, איז היינט זייער פאפולער די מאוומענט פון ״פאוסט-מאדערניזם״, וואס איז דאס אט די מאוומענט? איך ווייס אויך נישט פונקט... (אפשר [tag]יידל[/tag] קען עס ערקלערן, כ׳זעה ער האט עס אביסל ארויס).
אין קורצן, נאך ווען די (איראפעישע) וועלט האט זיך אויפגעוועקט פון די ימי הביניים, האט זיך אנגעפאנגען Age of Enlightenmen, די לעכטיגע צייטן. מ׳טראכט נאר ראציאנאל, און סייענס איז א ענטפער אויף אלע פראבלעמען. די פארגעשריטענע חלק פון די וועלט (לייען: מאדערנע), האט געהאלטן אז די גאנצע וועלט וועט נאך אזוי ווערן, עס איז נאר א שאלה פון צייט. און אז זיי זענען די מער פארגעשריטענע חלק פונעם עוואולוציע.
דער עולם איז געווען זייער פארגאפט און פארכישופט איבער די נייע וועלט, און עס האט זיך טאקע אנגעפאנגען א נייע וועלט, סייענס איז געווארן וואס עס איז, טעכנאלאגיע איז געפארן מיט א שנעלקייט.
אבער דער נפש פונעם מענטש קען נישט בלייבן מיטן זעלבן פייער און ברען, און עס האט זיך אנגעפאנגען א נייע בליק ווי אזוי צו קוקן אויף די וועלט, אזא מין וואס זאגט פאר מאדערניזם: איך ווייס פונקטליך וואס איהר האט צו פארקויפן, און מיט דעם אלעם זאג איך וואס איך האב צו זאגן...
איהר מיינט אז עס שטעלט זיך אפ דא? ניין! עס גייט אוודאי ווייטער, היינט איז שוין דא אויך פאסט-פאסטמאדערניזם, נו, מאכט אליינס א חשבון אז אויב אזוי, קען שוין אויך זיין פאסט פאסט פאסטמאדערניזם, יא דאס האב איך שוין אויך געטראפן.
איך גלייב אז עס שטעלט זיך נישט אפ דא, עס קען און וועט לכאורה פארן ווייטער, לאמיר עס שוין שרייבן מיט נומערן אזוי: פאוסט(10) מאדערניזם, און אויב אזוי קענען מיר דאך שוין אויך רעדן איבער פאוסט (∞) מאדערניזם. און טאמער מיינט איהר אז עס שטעלט זיך דא אפ, דאן כאפט א בליק דא. (אאופס! כ׳האב צו געזאגט כ׳על נישט שרייבן איבער מאטעמאטיק, אוקעי סארי, לאמיר צוריקגיין צום ענין).
עס איז נישט דוקא מיט אט דעם אידאלאגיע, יעדע אידאלאגיע קען באקומען א פאוסט-אידאלאגיע, עס איז פארהאן אויך פאוסט-ציונות, (וואס אגב, איך באטראכט מיר אלס אזוינס, [tag]berlbalaguleh[/tag] ), עס איז אויך דא פאוסט ליבעראליזם, פאוסט קאמעניזם, און אזוי ווייטער.
על כל פנים, האט איהר געכאפט דעם געדאנק? ווען א אידאלאגיע איז א פאשיאן, האט עס נישט קיין זכות קיום. ווען א אידאלאגיע איז אן אמת, שטייט עס לעד ולנצח נצחים, און טויזנטער פאסטן קענען איהם נישט רירן פון פלאץ.
בקיצור, וואס מיין איך דא ארויסצוברענגען? וואס שטיפט די מענטשהייט צו אויפקומען מיט פאוסט אידאולוגיעס?
אין מיינע אויגן, קומט עס טאקע פון דעם זעלבן שטופ צו זיין אן אויבער-חכם, אנגעפאנגען מיט: וואס מיינסטו איך בין עפעס אזוי פאנאטיש?! איך בין א גלויביגער?! איך בין א ראציאנאל דענקער!
ווען דער ראציאנאליסט ווערט אלט-פאשיאן, וואס מיינסטו איך בין א פאנאטישער ראציאנאליסט איך בין א [tag]יאיר[/tag]׳ניק, עפעס אזא איינער וואס איז מערער אויף יעדע יסוד, אפילו אין די אמונה אין לאגיק.
דערנאך, קומט א [tag]לעיקוואד[/tag]׳ניק, און וואס מיינסטו איך בין דען עפעס אזא פאנאטישער חקרן, "זיי זענען פארנומען אריינשטעקן א ריינדיכע נאגל און א פירעקעדיגע לאך, און האבען נאך טענות אז עס גייט זיי נישט", (כ׳פארשטיי נאך נישט פארוואס מ׳קען עס נישט טוהן), איך לאך אויף אלע חוקרים. איך בלייב ציניש און סארקאסטיש איבער אלעם.