בלאט 1 פון 1

און איך זאג ״שייגעץ ארויס״...

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 18, 2014 8:02 pm
דורך פארוואס?
עס וואלגערט זיך ארום איבערן ברייטן נעץ א קליפ, א שטיקל דרשה פון ר׳ מוטה פראנק שליט״א, ווי ער זאגט בזה הלשון:

א גראבער בעל עבירה שאמרו לך "שייגעץ ארויס!!!", אומר רבינו: לא, "שייגעץ אריין", קום ביי מיר!
ביסט א שייגעץ? ביי מיר האסטו א פלאץ. מ'האט דיר ארויסגעווארפן? ביי מיר האסטו א פלאץ.


אבער איך זאג: שייגעץ ארויס...
לאז שוין אפ דער גאנצער מושג פון "שייגעץ", סטאפ צו באשייגעצן מענטשן, עס איז שוין צייט צו אויפהערן דזשאדזשן מענטשן און זיי אנסטעמפלען.

ס׳איז שוין איינמאל ארויפגעקומען דא במסגרת די מכתבים פונעם [tag]משיב לשואל[/tag], (ווייסט איינער וואס איז מיט איהם געשעהן?). 

דער גאנצער מושג פון שייגעץ אריין, וואס די קירוב רחוקים מאוומענט האלט זיך אזוי גרויס דערמיט, עקלט מיר אביסל. די התנשאות כלפי אנדערע מענטשן, מיטן זיי אנסטעמפלען אלס א ״בעל-עבירה״, און אף על פי כן מקרב זיין, איז אין מיינע אויגן גארנישט אזוי שיין און הייליג.

על פי וועלכע כללים באטיטלסטו איינעם אלס א ״גראבער בעל-עבירה״? ווער האט דיר מחליט געווען אז דער איז א ״שייגעץ״?
לאז שוין אפ דעם ״שייגעץ״ סטעמפל! הנסתרות לה׳ אלוקינו והנגלות לנו ולבנינו. 
איך בין גארנישט אזוי זיכער אז א קרקפתא דלא מנח תפילין איז א גרעבערער בעל עבירה ווי א לוה רשע ולא ישלם. ווער קען אויפווייזן אז א קאלירטע העמד איז א גרעסערער שייגעץ פון א מלבין פני חבירו. 
געענדיגט מיטן אנסטעמפלען נעמען לויט אוועקגעשטעלטע כללים, לאמיר אנפאנגען צו מכבד זיין יעדן איינציגן מענטש שלא על מנת לקבל פרס. יעדער מענטש פארדינט רעספעקט, פשוט פארדעם וואס ער איז א מענטש. 

יעדער וואס איז ארויסגעקומן מבין רגלי אונזער געזעלשאפט, דארף אייביג בלייבן מיטן רעכט צו זיין א חלק פון אונזער געזעלשאפט, (און ווידער, עס איז א זכות נישט קיין חוב). אפגעזעהן וואס זיינע מעשים זענען. 

נ. ב. איך מיין נישט דא צו קריטיקירן ר׳ מוטה, איך פיהל נישט אז קריטיק פון איינער וואס שרייבט פון זיין מייזן לאך האט א ווערד קעגן איינעם וואס טוהט בגלוי זאכן וואס ער האלט אז עס איז ריכטיג אנדערש ווי די עסטאבלישמענט, ער האט נישט מורא פון קיינעם, און ער גייט מיט זיין אמת ביזן סוף. אבער אף על פי כן האב איך געוואלט מחדד זיין די דאזיגע נקודה. און איך בין זיכער אז ר׳ מוטה וועט מסכים זיין מיט מיר. 

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 18, 2014 8:48 pm
דורך ידען
ער מיינט נישט צו זאגען אז ער האלט יענעם פאר א שייגעץ. ער מיינט צו זאגען וואס אנדערע מענטשען ריפען איהם שייגעץ קען קימען צו מיר.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 18, 2014 9:52 pm
דורך לעיקוואד
וואס וועסטו טוהן מיט דער וואס וויל דווקא זיין א שייגעץ? זיין גאנצער חיות ווילסטו עם צונעמען? זאל ער קיין שייגעץ אויך נישט זיין? סתם אלע זאלן זיין אזוי פלעין דזשענעריק?

ר' נחמן האט געזאגט אזוי (בערך): א גרויסער קונץ אלע רעביס זענען מקרב די תמימים, די צובראכענע אידען וואס זיכען חיזוק, די פאלגעדיגע שעפעלעך, דאס קען יעדער איינער. לאמיר זעהן איינער זאל מקרב זיין דער גרויסער חכם ומשכיל, דער גרויסער עושר, דער וואס איז א קנאקער, דער וואס איז טאקע דווקא רחוק. דאס וואס ער שרייט שייגעץ אריין איז נישט בדיעבד נו א שייגעץ איז ער אויך מקרב דאס איז לכתחילה למעליותא, א שייגעץ איז אינטרסאנט, עם דארפן מיר האבען, עם וועט זיין א ריווח אז מען וועט עם מקרב זיין. די תמימים וועלן שוין זיין וואויל אן דער רבי אויך.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:00 am
דורך זיגמונד פרויד
דער וואך שבת האט מען דאך געליינט (בראשית א,כ״ו) ויאמר אלהים נעשה אדם בצלמנו כדמותנו.... ווי הרב יונתן זקס ברענגט אזוי שיין ארויס ווי די תורה שטעלט אוועק די יסוד פון equality. ער ווייזט אז די תורה׳ס ווערטער זענען געשריבן אין א תקופה וואס געוויסע מענשטען האבען זיך געהאלטן חשובער איבער אנדערע מענשטען. זיי האבען זיך געהאלטן פאר א גאט איבער אנדערע מענטשען אזוי ווי די פרעה'ס וכדו׳.
אפילו Plato האט געהאלטן אז געוויסע מענטשען זענען מער ווערט ווי אנדערע. ער האט עס צעטיילט אין קיטעגאריעס פין גאלד, זילבער, אין בראנז. אבער די פסוק זאגט נאר אז וירדו בדגת הים ובעוף השמים. די איינציגסטע זאך וואס מענטשהייט האט א דעה איבער א צווייטע איז בהמות - נישט מענשען - ווייל יעדער מענשט האט א צלם אלהים.
דאס איז נישט א חסידישער טיאריה, עס איז פון די ערשטע יסודות אין די תורה.