רבי משה הלוי יונגרייז אבד"ק קאשוי - ד' סיון
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 3:58 pm
רבי משה יונגרייז איז געוועהן א תלמיד פון דער כתב סופר און פין הגאון רבי אהרן דוד דייטש אבד"ק יארמוטה בעמח"ס שו"ת גורן דוד, ער געוועהן באוויסט בגודל צדקתו וקדושתו, א אויסער געווענדליכע איש המידות.
הגאון רבי אשר אנשיל ווייס זצ"ל הי"ד אבד"ק נאדיפאלו האט דערציילט:
ווען עס פלעגט אויסקומען פאר הגה"ק מרן דער אך פרי תבואה מליסקא זי"ע אדורך צו פארען די שטאט קאשוי, האט ער שטארק מקפיד געוועהן נישט ארויס צו קוקן פונעם וואגען, ער האט אויס געדרייט זיין הייליגע פנים אין אריין געקוקט נאר אונעם חלל פין דער וואגען. ער האט מסביר געוועהן פאר זיין גבאי אז ער טוט אזוי "ווייל די ס"מ וחילותיו האבען זיך דא קובע געוועהן דא אין דעם מקום. נאך לאנגע יארען האט מען באמערקט ווי לעצטנס קוקט ער יא ארויס פונעם וואגען אין גאר מיט א קורת רוח, די גבאים ומקורבים וויסענדיק פין זיין הנהגה בנוגע ווען מען פארט אדורך קאשוי קוקט ער נישט ארויס אין דא לעצטנס קוקט ער זיך יא אום אויפן שטאט. האט דער הייליגע ליסקא רב זי"ע געזאגט: "עס איז אהער געקומען א יונגערמאן פון אויבערלאנד, און ער האט פארטריבען דעם ס"מ מיט זיין מיליטער".
דער כוונה פון הגה"ק מליסקא זי"ע איז געוועהן אויף הגה"ק רבי משה יונגערייז זצ"ל וואס איז געוועהן א יונגערמאן ווען מען האט איהם אויפגענומען אלס רב בקהילת קאשוי. (ספר צבי וחמיד מהה"ג רבי משה דוד הלוי יונגרייז, ברוקלין תשמ"א)
רבי משה איז געוועהן רב אין קאשוי דריי און דרייסיג יאר, ביז צו זיין פטירה בהיותו בן ס"ד שנים, ד' סיון תרס"ו לפ"ק