אגודת ישראל האלט אפ 92'טער קאנווענשען
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:32 pm
[center]אגודת ישראל האלט אפ דעהויבענער 92'טער קאנווענשען אין וואודקליף-לעיק ניו דזערסי מיט גרויס הצלחה[/center]
גדולי ראשי ישיבות ואדמורים און חברי מועצת גדולי התורה האבען באשיינט דעם יעליכען כינוס לשם שמים פון רבנים עסקים מנהיגי העדה וואס רעפּרעזענטירן גרויסע און קליינע אידישע קהילות פון איבער די ברייט פון צפון אמעריקע, די משתתפים האבען זוכה געווען צו באקומען חיזוק איינער פונעם אנדערען און אויך צו הערן דעת תורה פון די מרנן ורבנן עיני העדה על ענינים העומדים על הפרק סיי דא און סיי און ארצינו הקדושה
דער טעמע פון דער קאנווענשען איז געווען: נעמען אחריות. איבער די טעג פונעם קאנווענשען האבען משתתפים געהערט פון גדולי ישראל, רבנים, און מחנכים מפורסמים איבער דער חוב פון סיי פון דעם יחיד און סיי פונעם ציבור בכלל, צו 'נעמען אחריות'
נאך פאר מ'האט באשטימט דער פראגראם פון דעם קאנווענשען איז אגודת ישראל ארויס מיט אויסטערלישען קאמפיין פרענגענדיג ביים עולם וואס חברים וידידים האלטן פאר וויכטיג צו באהאנדלען. דער צוגאנג האט ארויס געברענגט א שטארקער אינטערעס און דעם ברייטער ציבור און עס האט ארויסגעברענגט א גאר נייער פרישער פראגראם אז עס זאלען באהאנלט ווערן ענינים וואס דרוקט אויפען הארצען פונעם ציבור.
איבער די נעקסטע פאר טעג וועלן מיר אי"ה בל"נ געבען אייך די מעגליכקייט צו זען בילדער און צו הערן א גרויסען טייל פון די בעסטע סעסיעס און דרשות, כדי אז איר אויך זאלן קענען הנאה האבען פון דעם תענוג רוחני וואס האט ארום גענומען די משתתפים.
קרעדיט: ר' יוסף ראפאפארט