בלאט 1 פון 2

די אונטערשטע שורה איר קענט מאכן 100 אלפים

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:53 am
דורך ישמעאל הכהן
פאר the bottom line, ליינט טאקע די אונטערשטע שורה גאנץ אונטן.

[tag]יאיר[/tag] [tag]לעיקוואד[/tag] איך קען נוצן די מעשר, ביטע. אויב ס'געלונגט אייך...

rps20141218_014913.jpg
rps20141218_014913.jpg (56.93 KiB) געזען געווארן 2580 מאל

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:22 am
דורך לעיקוואד
איך געב הונדרעט טויזנט דאלר פאר ווער עס טרעפט מיר דער 'אינטרנעט' וואס צווינגט איינער מסתכל זיין בעריות. נו גייטס טרעפסט מיר עס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:36 am
דורך לעיקוואד
שטייצעך במזיד איז נישט מותר ראיות אסורות לצורך פרנסה, אבער כשצריך להיות במקום נסיון לצורך הייסט דאס אן אונס כמבואר בסוגיא דבבא בתרא שהביא בעצמו, והדין שצריך למסור כל ממונו שלא לעבור על מל''ת היינו במזיד כשיכול לא כשצריך ליכנס למקום נסיון ונכשל לאונסו, שאז הוי הצורך היתר מבורר להכניס עצמו לנסיון מההוא דליכא דרכא אחרינא ועוד מקורות רבים ודרכו של עולם.
יעצט אז איינער איז מצליח דאס משכנע זיין פאר דער עמהארץ וטיפש זאג איך עם צו האלב פון דער ריווח.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:18 am
דורך יאיר
אנטשולדיגט, כ'בין פארנומען. כ'האלט נאך אינמיטן שרייבן א בירור אויפצואווייזן אז מען מעג גיין א שייטל.
אבער אז מ'רעדט שוין, איך האב געטראפן עפעס א גמרא, גראדע אויך אין בבא בתרא, וואס שטייט דארט אז אין אדם ניצול בכל יום מהרהור עבירה. זאג דעם מחבר פון דעם בלעטל ער זאל זיך נעמען דאס לעבן, גילוי עריות איז דאך ביהרג ואל יעבור, והרהורי מעבירה קשה מעבירה. ועוד, ס'איז דאך דא א געזעץ אז מ'טאר זיך נישט נעמען דאס לעבן, וואס אזוי קומט מען דאך צו צו הרהורי עבירה, ממיילא איז דאס נישט ערגער ווי ערקתא דמסאנא.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 6:52 am
דורך איחוד פעלד
ביי די ערקתא דמסאנא האט איר מיר פארלארען....

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 8:25 am
דורך כוכב
לעיקוואד האט געשריבן: עס האט א פנים ווי ליפשיץ וואס אפערט צען טויזנט דאלאר פאר דער וואס וועט עם משכנע זיין אז שייטלען זענען מותר, און דערווייל האט עס נאך קיינער נישט באקומען. איז דאך א סימן אז ער איז גערעכט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:36 am
דורך [NAMELESS]
דער שרייבער איז דער רבינוביץ קעגן סמרטפונס, פאר ווער ס'קען איהם, ס'גארנישט אזוי אבי גערעדט ער זיכט באמת א היתר....

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:53 am
דורך בשבילי!
לעיקוואד האט געשריבן:איך געב הונדרעט טויזנט דאלר פאר ווער עס טרעפט מיר דער 'אינטרנעט' וואס צווינגט איינער מסתכל זיין בעריות. נו גייטס טרעפסט מיר עס.

אין אפוטרופוס לעריות. אויב קען מען לייגן א פילטער איז דא א היתר אויף נישט?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:47 pm
דורך סודני
עיין בגמרא
תני תנא קמיה דרבא ורב ספרא צהבו פניו דרב ספרא אמר לו רבא לאו כגון מר אלא כגון רב חנינא ורב אושעיא דהוו אושכפי בארעא דישראל והוו "יתבי בשוקא דזונות" ועבדי להו מסאני "לזונות" ועיילי להו אינהו מסתכלי בהו ואינהו לא מדלן עינייהו לאיסתכולי בהו ומומתייהו הכי בחייהן רבנן קדישי דבארעא דישראל: פסחים קיג:

רב כהנא הוה קמזבין דיקולי,תבעתיה ההיא מטרוניתא אמר לה איזיל איקשיט נפשאי סליק וקנפיל מאיגרא לארעא אתא אליהו קבליה אמר ליה אטרחתן ארבע מאה פרסי א"ל מי גרם לי לאו עניותא יהב ליה שיפא דדינרי: קידושין מ
נאר לעיקוואד האט שוין מבאר געווען די אנדערע צד

כרתי ופלתי, קצ"ה סע' ו', כי אין זה "בשביל חבה ואהבה, אבל מה שעושה עסוק במלאכתו מלאכת הרפואה לדעת המיחוש, אין זה בכלל קריבה דג"ע שיהיה אסור מן התורה . . . וכך נוהגים שאשה שיש לה מכה בבטנה וכל מקום תורפה שרופאים רואים אותה, וזהו ודאי בגדר ג"ע כמאמר הגמרא תמות ואל תעמוד לפניו ערומה, אלא ודאי הנכון כמש"כ הש"ך דזהו במלאכתו עוסק". וכן ס"ט שם, עצי לבונה, דרכ"ת קצ"ה סקנ"ה, קצשו"ע קצ"ב, ח', שער הטהרה פ"ב סע' א'. וכן משמע בשו"ת ישכיל עבדי (ח"ב סי' י"ז) וציץ אליעזר (ח"ו עמ' ר"ב) לענין בדיקת איברים פנימיים. וכן משמע מהמקורות להלן הערה 9 . וכן הגרש"ה וואזנר, "כמדומני דהמנהג כהפלתי, דכל שבמלאכתו עוסק אין חשש כזה" (שבט הלוי, יו"ד, סי' קמ"ג). וכן בס' לב אברהם פכ"ד ס"ה.
קרעדיט אינטערנעט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:27 pm
דורך לעיקוואד
זייער שיין סודני, כ'בין נישט זיכער וואס איר מיינט די אנדערע צד, אבער לכאורה פון די דוגמאות פון רב חנינא ורב אושיעא איז קלאר אז מ'מעג זיך אריינלייגען במקום נסיון נורא פון עריות לצורך פרנסה. נאר מקען טענהן אז דאס איז דווקא נאר אזעלכע וואס זענען בטוחים בעצמם שלא ייכשלו, א מין גדר וואס איך ווייס נישט וואס דאס איז, ולכאורה אין אומרים אני אקרא ולא אטה. אבער דאס איז לכאורה נסתר פון דאס וואס מיר טרעפן אין די גמרא און במציאות אז עס זענען דא מקצועות פון פרנסה וואס מען מוז האנדלן מיט נשים וכדומה, און לא שמענו אז עס זאל זיין אסור פאר א נארמאלער מענטש צו ארבעטן אין דעם, נאר געוויסע גדרים איז יא דא כמו לא ילמד רווק סופרים וצל''ע.

די נושא פון רופאים וכו איז אינו ענין לכאן דארט איז די חקירה נגיעה כשמלאכתו בכך די היתר איז נישט מצד די פרנסה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:50 pm
דורך שמערל
וואס הייסט אינו ענין לכאן, אויב מעג מען זיין א פארן פאטאגרעפיסט ווייל עס איז בעבידתיה טריד, איז נאך דא א צל ספק אויב מען מעג זיין טריד צו פארקויפן אויף עמעזאן ווייל חשש 'שמא' יסתכל?!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:56 pm
דורך לעיקוואד
עס איז א צווייטע חקירה. נניח ממעג פאטאגאפירען איז דאס ווייל עס איז נישט קיין נגיעה נאר בעבידתיה טריד, דער היתר בעבידתיה העלפט אבער נישט פאר דער נגיעה של חיבה למשל אין דער פרוי וואס שטייט דערנעבן. ממילא במקום שיש נסיון נכנס לשאלה אחרת, למשל אויב א רופא וואלט געווען מער נסיון וואלט נישט געהאלפען דער היתר פון בעבידתיה און עס וואלט נאך אלץ געקענט זיין אן איסור צו זיין א רופא בכלל נישט וועגן די נגיעות המותרות נאר וועגן דער נסיון.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:09 pm
דורך שמערל
אנטשולדיגט. כ'פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס די האסט גערעדט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:58 pm
דורך שמעון וואלף
לענ"ד קומט נישט אהער די היתר פון בעבידתיה טריד. איינער וואס דרייט זיך אויפ'ן נעט קומט פון צייט צו צייט אן צו ראיות אסורות צו איז עס דורך א פאפ אפ אדער א טעות וואס מ'לייגט אריין ביים url. אפילו אויב איז עס אינמיטן ארבעטען, קען ער דאך מפסיק זיין, טון וואס אים גליסט און ממשיך זיין שפעטער מיט די ארבעט.

די שאלה איז נאר צו מ'קען גוזר זיין נייע גזירות.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:33 pm
דורך שמערל
משא"כ ביים בודק זיין א פרוי'ס בריסטן, איז מותר ווייל ס'איז אוממעגליך צו כאפן א בליק און הנאה האבן?
דער היתר פון בעבידתיה טריד, איז אז לא 'חיישינן' להסתכלות, נישט אז עס איז אוממעגליך צו געשען.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:48 pm
דורך מאטי
ווי אזוי איז מען בודק אנע הסתכלות?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:48 pm
דורך סודני
לעיקוואד האט געשריבן:.
יעצט אז איינער איז מצליח דאס משכנע זיין פאר דער עמהארץ וטיפש זאג איך עם צו האלב פון דער ריווח.

דא זענט איר מסביר די אנדערע צד

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:52 pm
דורך לא להנאת גופי
פשוטע היתר:
#1 רשב''א זאגט אין תשובה אז בשעת הדחק [הפסד ממון] מעג מען זיך פארלאזען אויף א שיטה יחידאי. [ס'איז געבויט אויף א משנה אין הוריות].
#2 און די גאנצע איסור הסתכלות נעמט זיך דאך פון 'ונשמרתם'. נו, אין כתובות מ''ו. איז דאך דא א מחלוקת צי ונשמרתם קימט טאקע אויף דעם, אין לפי ר' נתן איז עס א אזהרה למוציא שם רע, נישט ווי ר' פנחס בן יאיר וואס האלט אז ס'איז פאר די איסר הסתכלות. ממילא לויט ר' נתן מעג מען דאך קוקען. איז בשעת הדחק איז דאך דא א ר' נתן. [ר' נחמן און ר' נתן נעמען ארויס די עולם פון גיהינם..]
#3 די ראגאטשאווע זאגט אין א תשובה [שלמת יוסף] אז ביי א 'תמונה' מיז זיין 'יודעה ומכירה'.
#4 די ארי הק' זאגט אז די כיור איז געווען געמאכט פון מראות, פארוואס? כדי די כהן זאל קענען קוקען אויפן פרוי ווען זי ברענגט די קרבנות. זעהט מען אז די איסר איז נאר דירעקט..
#5 א גוי איז נאר א איסר דרבנן אפ' ביאה ממש, ממילא איז הסתכלות זיכער נישט ערגער ווי דעם.. ממילא אויפען אינטערנעט זענען רוב גויטעס, און כל דפריש מרובא פריש, חוץ אין א''י וואס אויף די איזריעלי סייטס איז אסאך ערגער רח''ל. פארדעם זענען טאקע די רבנן אין א''י מער מקפיד ווי אין אמעריקע. ווייל דארט איז מער חמור היות ס'איז נישט דא קיין רוב...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 5:27 pm
דורך chusid
פארן אין מאנהעטען איז אויכט פראבלעם?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 6:06 pm
דורך שמערל
מאטי האט געשריבן:ווי אזוי איז מען בודק אנע הסתכלות?

אנטשולדיגט, געמיינט צו שרייבן לא חיישינן להירהור

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 8:31 pm
דורך יאיר
לא להנאת גופי האט געשריבן:פשוטע היתר:
#1 רשב''א זאגט אין תשובה אז בשעת הדחק [הפסד ממון] מעג מען זיך פארלאזען אויף א שיטה יחידאי. [ס'איז געבויט אויף א משנה אין הוריות].
#2 און די גאנצע איסור הסתכלות נעמט זיך דאך פון 'ונשמרתם'. נו, אין כתובות מ''ו. איז דאך דא א מחלוקת צי ונשמרתם קימט טאקע אויף דעם, אין לפי ר' נתן איז עס א אזהרה למוציא שם רע, נישט ווי ר' פנחס בן יאיר וואס האלט אז ס'איז פאר די איסר הסתכלות. ממילא לויט ר' נתן מעג מען דאך קוקען. איז בשעת הדחק איז דאך דא א ר' נתן. [ר' נחמן און ר' נתן נעמען ארויס די עולם פון גיהינם..]
#3 די ראגאטשאווע זאגט אין א תשובה [שלמת יוסף] אז ביי א 'תמונה' מיז זיין 'יודעה ומכירה'.
#4 די ארי הק' זאגט אז די כיור איז געווען געמאכט פון מראות, פארוואס? כדי די כהן זאל קענען קוקען אויפן פרוי ווען זי ברענגט די קרבנות. זעהט מען אז די איסר איז נאר דירעקט..
#5 א גוי איז נאר א איסר דרבנן אפ' ביאה ממש, ממילא איז הסתכלות זיכער נישט ערגער ווי דעם.. ממילא אויפען אינטערנעט זענען רוב גויטעס, און כל דפריש מרובא פריש, חוץ אין א''י וואס אויף די איזריעלי סייטס איז אסאך ערגער רח''ל. פארדעם זענען טאקע די רבנן אין א''י מער מקפיד ווי אין אמעריקע. ווייל דארט איז מער חמור היות ס'איז נישט דא קיין רוב...

היתר 5 איז א געשמאקער היתר. אפילו אויב די גויה איז אן אשת איש איז מען נאר עובר אויף אן עשה פון ודבק באשתו. אבער לכאורה איז נישט אזוי פשוט צו איסור הסתכלות איז תלוי אין איסור ביאה, ווייל מען זעט אז לויט טייל פוסקים איז אפילו קוקן אויף א בתולה אסור. פון די אנדערע זייט האבן מיר הנשר הגדול אבי הפוסקים וואס שרייבט (פה"מ סנהדרין פ"ז מ"ד):
ו
דער רמב"ם האט געשריבן:אשה שאינה נשואה מותר למי שאינה ערוה עליו ליהנות בהסתכלות בצורתה, ואין איסור בכך אלא בדרך הצניעות והפרישות מן המותר כדי שלא יכשל באסור, לפי שהחסידים מתעבים את זה ואף על פי שהוא מותר, מחשש שמא תהיה אותה האשה אשת איש ויתמיד כפי שהורגל מקודם, וכך ביארו בפירוש דברי איוב ברית כרתי לעיני ומה אתבונן על בתולה, אבל אינו אסור.

ומי יבא אחרי המלך.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 8:51 pm
דורך [NAMELESS]
לא להנאת, איז דען נישט איסור הסתכלות בלאו דלא תתורו?
בנוגע כל דפריש ליגט מיר אין קאפ אז סאטמאר רב שרייבט אז ס'גייט נישט אן ביי עריות.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 8:53 pm
דורך יאיר
ריכטיג האט געשריבן:לא להנאת, איז דען נישט איסור הסתכלות בלאו דלא תתורו?

ניין. טייטש אויף אידיש דעם פסוק "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם" וועסטו פארשטיין אז דאס מיינט מ'זאל בלייבן זאט מיט'ן קוקן און נישט טון ווייטער.