בלאט 1 פון 1

אויספאסטען והגליל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 10:23 am
דורך נתן מנחם
קודם כל דארפען אונז פארשטיין די מנהג ישן פון גיין אין בעקעריי און קויפען מיט די אויגען צענדליגע מזונות'ן ממינים שונים , קאקאש, ראני קאקאש מיט ברעקלאך אהן ברעקלאך, הויכע, נידריגע, ראגעלעך, רינדעכיגע קלאקווייז, רינדעכיגע קאונטער קלאקווייז. קרעמיש קעיקס, קיפעלעך מיט טארטען, דעניש'ס מיט בעלס, עפל טורנאויווערס מיט די אסארטעד קוקיס וכו'

רבותי! צו דען פעהלט אויס אזוי פיל? גייסטו דען עסן מער ווי א כזית? די גייסט דאך אויספאסטען בחינם אויף די שמש פון ביהמ"ד צוגעגרייטע ספאנדש קעיק מיט ארענדש זשאוס. דערנאך אהיים קומען אוןן זיך מאכען בא'טעם'ט צו בני בית ווי כאילו די פאסט נאך. צוגעגרייט אויפ'ן טיש איז ריזיגע פלעטערס פון קעקי און קוקיס אזוי אס עס זעהט אויס ווי א תנאים צו א בר מצוה. און די פאר'חלש'טערהייט נעמסט קוים א קליין שטיקעלע און ביסט שוין זאט. געספענט $200 אויף אויספאסט און קוים א לעק ביסטו טועם בייזערט זיך די בני בית.

מאנכע רעדן וועגען די פראבלעמען פון אריינפאסטען אבער העיקר חסר מן הספר "אויספאסטען" איז פון די שווערע מלאכות שבמקדש און אונז דארפען די עולם זאל ארויסהעלפען מיט גוטע מאכלים אויסצופאסטען און גוטע עצות וויאזוי דאס צו טוען.

אגב דער יאר פלאן איך אויסצופאסטען אויף הייסע טשולענט און קישקע היות עס איז ליל ששי און תדיר ושאינו תדיר תדיר קודם

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 10:46 am
דורך סאשי פיש
אגב דער יאר פלאן איך אויסצופאסטען אויף הייסע טשולענט און קישקע היות עס איז ליל ששי און תדיר ושאינו תדיר תדיר קודם

נאכדעם קום אבער נישט וויינען!
רבותי די שולשול איז איז ביטער ווי א זית. העלף!!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 10:59 am
דורך Big Boy
נתן מנחם האט געשריבן:
מאנכע רעדן וועגען די פראבלעמען פון אריינפאסטען אבער העיקר חסר מן הספר "אויספאסטען" איז פון די שווערע מלאכות שבמקדש און אונז דארפען די עולם זאל ארויסהעלפען מיט גוטע מאכלים אויסצופאסטען און גוטע עצות וויאזוי דאס צו טוען.



The trick is to Eat very little like 2 slices cake and a lechaim with one cup coffee or orange juice at the most. Then wait like 15 minutes and then start eating supper. If not you will get a headache.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 7:20 pm
דורך ווארט זאגער
די סבה פארוואס מ'באקומט העדעי"ק איז וועגן ס'פעלט וואסער אין די מענטש קאווע טרוקנט אויס.