בלאט 1 פון 1

2 מדנ"י סאלדאטן טויט אין כיזבאלא אטאקע אויף מיליטערישן טרעקל

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 8:24 am
דורך ישראל קאפקע
א כיזבאלא אנטי טאנק מיסל האט -לויט רוב באריכטן- אומגעברענגט צוויי מדנ"י סאלדאטן אין די מדנ"י אקופירטע גולן הויכן נעבן די שעבא פארמס (הר דוב) אקופירטע דורך מדנ"י און וואס געהערט פאר לבנון.

דאס קומט נאך די מדנ"י באמבאדירונג אויף א כיזבאלא קאנוואוי אין סיריע לעצטע וואך וואס האט אומגעברענגט זעקס כיזבאלא קעמפער און אן איראנער גענעראל.

בערך 11:35 צופרי לאקאלע צייט האט א כיזבאלא אנטי טאנק מיסל געשאסן פון לבנון טעריטאריע באטראפן א מדנ"י מעדיצינישע טרעקל אין א מיליטערישע קאנוואוי נעבן די גרעניץ מיט סיריע און מדנ"י.

מדנ"י האט אין רעאקציע באמבאדירט פינף און צוואנציג צילן אין דרום לבנון נעבן די גרעניץ, די שפאנישע אמבאסאדאר אין בעירוט האט באשטעטיגט אז א שפאנישע יו.ען. שלום-היטער איז אומגעקומען, אנדערע פאטאליטעטן אויף די לעבאנעזער איז דערווייל נישט באקאנט.

א פון פריער אומבאקאנטע כיזבאלא פליגל מיטן נאמען 'די רעכטפארטיגע מארטירער פון קונעיטרא' האט גענומען פאראנטווארטליכקייט, כיזבאלא קוועלער האבן געמאלדן אז פופצן מדנ"י סאלדאטן זענען אומגעקומען, אבער כיזבאלא האט א היסטאריע פון איבערטרייבן די נומער פון מדנ"י פאטאליטעטן.


https://secure.euronews.com/embed/2421242

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 8:27 am
דורך [NAMELESS]
יויש. אייביג די זעלבע שלימזלות גע'הרגעט א פיסקיפפער

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:17 am
דורך שמערל
קאזאק הנגזל, אפשר ערקלערסטו פארוואס ביים מעלדן אזא אומשולדיגע נייעס, האסטו נאר געקענט טרעפן אזא איינזייטיגע מאפע וואס באצייכענט די רמת הגולן מיט קידוש לבנה אותיות "סיריע"?

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:24 am
דורך איך אויך
עס איז דיר באמת שווער דאס? כ'מיין וואס האסטו עקספעקטעד.

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:25 am
דורך אפטעמיסט
קיין איין מדינת ישראל נייעס קוואל באריכטעט נישט קיין טויטע סאלדאטן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:29 am
דורך ישראל קאפקע
שמערל האט געשריבן:קאזאק הנגזל, אפשר ערקלערסטו פארוואס ביים מעלדן אזא אומשולדיגע נייעס, האסטו נאר געקענט טרעפן אזא איינזייטיגע מאפע וואס באצייכענט די רמת הגולן מיט קידוש לבנה אותיות "סיריע"?

ווייל איך האב געזוכט 'map shebaa farms' ווי דארט איז די אינצידענט פארגעקומען, דאס איז געווען די איינציגסטע מאפע וואס האט קלאר געצייגט פון וואו די רעדע איז.

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:33 am
דורך ישראל קאפקע
אפטעמיסט האט געשריבן:קיין איין מדינת ישראל נייעס קוואל באריכטעט נישט קיין טויטע סאלדאטן.


ריכטיג, דעריבער האב איך געשריבן 'לויט רוב באריכטן',
איזראעלי מידיע שרייבט זיבן פארוואונדעטע, אבער רוב אינטערנאצינאלע מידיע שרייבט פיר טויט, געוויסע מדנ"י מידיע שרייבן אויך אז עס איז דא טויטע און מען גייט מעלדן אפיציעל נאכן צעוויסן טון פאר די באטראפענע פאמיליעס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:35 am
דורך אפטעמיסט
באשטעטיגט: צוויי טויטע רח"ל

Confirmed: Two IDF soldiers were killed and an additional seven were wounded in the Hezbollah attack near Mt. Dov earlier today.

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 11:40 am
דורך ישראל קאפקע
דערווייל נישטא קיין בילדער און נעמען פון די אומגעקומענע אויף די מדנ"י זייט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 5:21 pm
דורך ישראל קאפקע
די צוויי איזראעלי קרבנות;

חיים ניני, צוואנציג יאר אלט פון שתולים, א שטעטל נעבן אשדוד, ער האט געהאט א גירלפרענד נישט חתונה געהאט.

יוחאי קלאנגעל, פינף און צוואנציג יאר פון הר גילה, א זידלונג אין די מערב ברעג נעבן בית לחם, ער האט נעבעך איבערגעלאזט אן אלמנה און א קליין יתומה'לע.

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 5:55 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:קיין איין מדינת ישראל נייעס קוואל באריכטעט נישט קיין טויטע סאלדאטן.


ריכטיג, דעריבער האב איך געשריבן 'לויט רוב באריכטן',
איזראעלי מידיע שרייבט זיבן פארוואונדעטע, אבער רוב אינטערנאצינאלע מידיע שרייבט פיר טויט, געוויסע מדנ"י מידיע שרייבן אויך אז עס איז דא טויטע און מען גייט מעלדן אפיציעל נאכן צעוויסן טון פאר די באטראפענע פאמיליעס.

קאפקע: די צווייטע קשיא איז...איז דען נישט שיסן אויף א מעדיצינישע טרעקל, אקעיגן די יו. ען און אינטערנאציאנאלע געזעץ?...! ווען מדינת ישראל האט געשאסן אויף א אמבולאנס אין עזה האסטו אויפגעהויבן א וויי געשריי אז די רוצח'ישע מדינת ישראל סאלדאטן האבן געשאסן אויף אן אמבולאנס. וואו איז יעצט דער וויי געשריי.
נאר דעם ענטפער קען מען געפונען אין א רש"י אין פ' יתרו...!

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 6:00 pm
דורך מאטי
בערל דאס אשכול איז פשוט טרוקענע נייעס, ס'שוין פאראן גענוג אשכולות וואס באפאסן זיך מיט דאס וואס דו ביסט מעורר.

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 7:48 pm
דורך berlbalaguleh
מאטי האט געשריבן:בערל דאס אשכול איז פשוט טרוקענע נייעס, ס'שוין פאראן גענוג אשכולות וואס באפאסן זיך מיט דאס וואס דו ביסט מעורר.

מאטי: גערעכט. אבער דו דארפסט פארשטיין אז א יעדעס מאל ווען איך באגעגן דעם ליניע פון טראכטן און אויסדרוקן זיך, גייט מיין בלוט פרעשור ארויף אין די הויכע ספערן...מ'קען ענדערש זאגן אז איך פראדוציר היי וואלטעדזש...איך קען מיר אויף דעם נישט העלפן. איך בין דאך אן אייניקל פון אברהם אבינו...און מיין עלטער באבע איז געווען שרה. נישט הגר... :roll: