בלאט 1 פון 1

ווער האט וועמען פיינט? דער איד דעם גוי, אדער פארקערט?

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:21 pm
דורך נח בער
מיר אלע זענען אויפגעצויגן געווארן מיט די גמ' פון עשיו שונא ליעקב, און סיני שירדה שנאה לעולם, פארט טרעף איך זיך שטענדיג פארקלערט איבער ווער האט באמת מער פיינט דעם צווייטן, דער גוי דעם איד, אדער גאר האט דער איד מער פיינט דעם גוי, און יא, על לא דבר?

קוקנדיג פון דער נאנט די שנאה צום "טמא'נעם גוי" וואס אידן פרעדיגן אריין אין די קליינטשיגע קינדערלעך נאך איידער זיי האבן פארשטאנד צו מאכן א ברכה, קלער איך אויב טוט מען אויך אזוי אינעם פובליק סקול? טוט מען דארט פארפירן אז דער איד איז א מיאוס'ע זאך וואס אפי' דער בעסטער איד איז א שלעכטע ברי'?

ווען די נייעס איז פול פון שטעטלעך וואס טוען אפענערהייט, אן שום בושה, זיך רייצן מיט זייערע שכנים, אנעקסירן שטחים, פארבאטן איינצוקויפן ערד ארום זייערע הייזער, פייפן זיך אריין אין די פעלקער נעבן וועם זיי זענען אין "גלות", האב איך אן ערנסטער פארדאכט אז מיר האבן א פיל פיל אינערליכער האס צום גוי ווי פארקערט.

מען קען צונעמען די אלע נייעסלעך און קלארערהייט זען אז יעדע זאך וואס מען האט געוואלט גרייכן, וואלט מען געקענט טון מיט שכל ודעת אנשטאט זיך רייצן מיט א עקל צום גוי "שונא", אבער היות מען קען דאך נישט פארהאנלען מיט א פיינט, גייט מען קרום.

עס איז קלאר דא באנדיטן וואס האבן א פיינטשאפט צום איד על לא דבר און די זענען די אנטיסעמיטן פון אלע דורות, אבער איז דאס א שטעמפל פאר יעדער בן אדם וואס איז נישט א איד?