בלאט 1 פון 2

וואס האט מען געטון צו אונזערע ארגענטינע ברודער?

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:37 pm
דורך נח בער
ווען מיר זענען עלטער געווארן האט מען אונז געשיקט לערנען קיין אמעריקע צו די סאטמארע ישיבה, עס איז אויך נישט לייכט געווען, ווייל מיר האבן זיך נישט פארשטאנען מיט די סאטמארע בחורים. אויך די מנהגים זענען געווען אנדערש, אבער מיר זענען געווען געוואוינט אז צו זיין ערליכע אידן דארף מען אלעס לייגן אין א זייט, און אפילו עס איז נישט גרינג און נישט באקוועם דארף מען זיך מוטשענען און אנשטרענגען.

די שורות האב איך באמערקט אינעם מאמענט פון פארגאנגענע וואך, אינעם העכסט אינטערעסאנטער און באלערנדער קאלום "יש אומרים" וואס געט א אדלערישן בליק אויף פארשידנס וואס טוט זיך אינדרויסן פון אונזער צירקל.

די ווערטער האבן זיי נאכגעברענגט פון הרה"ח ר' יעקב סאאל הי"ו, וועלכע איז געקומען פון ארגענטינא קיין אמעריקע לערנען אויף סאטמאר, וואס דער לעצטער האט דאס לכאורה איבערגעגעבן פאר זיינע אייניקלעך וואס האבן דאס אריינגעשריבן אינעם גליון "זקינך ויאמרו לך" פ' בשלח. (אגב יעדע וואך קען מען זיך דארט באלעקן מיט אפט טשיקאווע ענינים וואס "זיידעס" געבן איבער פאר זייערע אייניקלעך. ועוד חזון למועד אי"ה).

די ווערטער האבן מיר אויפגעברענגט צו פארשטיין פארוואס האבן די סאטמארע אידן אנגעברענגט די אידן אין אמעריקע, וואס איז געווען שלעכט אין ארגענטינא אז מען האט זיי געמוזט אהערשלעפן אויסצומישן מיטן היימישן עולם און מאכן פון זיי אקוראט וואס סנחריב האט אנגעדרייט אז ער האט מבלבל געווען איין פאלק אינעם צווייטן.

עס איז באמת א פרייד צו ליינען אז דער אויבנדערמאנטער ר' יעקב סאאל ני"ו האט עס פיין דורכגעמאכט און נאכדערצו מיט פרייד און תמימות און האט זוכה געווען צו האבן אייניקלעך יראי ה' וחושבי שמו וואס לערנען אין אזא הייליגער מוסד ווי עס איז די סאטמארע בתי חינוך אין קרית יואל, אבער זענען אלע אזוי גוט אנגעקומען?

לאמיר אנקוקן דער פרשה פאזיטיוו אז מיטן אנברענגען ספאנישע מיידלעך פון ווייט אוועק האבן פילע עלטערע בחורים וואס איז זיי שווער געגאנגען שידוכים געקענט האבן א פיין און יונגער מיידל וואס האט געהאט אלע מעלות (אויסער קענען די זעלבע שפראך ווי דער בחור...)

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 4:06 pm
דורך [NAMELESS]
דער אמת איז אז זיי אהערברענגען איז א חורבן, נאך אלעם גלידערען זיי זיך נישט איין דא געהעריג, עכ"פ די רוב פון זיי, און חדר ווי אויך און ישיבה זענען זיי פון די שוואכע נישט ווייל ס'פעלט זיי עפעס נאר פשוט ווייל זיי קענען נישט די שפראך, ס'פעלט זיי גארנישט דארט, זיי האבן דארט א שיינע קהלה מיט אלע צוגעהערן, דארט איז נישט תימן ווי ס'טוט זיך רציחה אויף די גאסן, נו וואס פעלט אויס מעשוגע צו מאכן מענטשן?

סאטמאר רב האט געשיקט רבי אברהם לייטנער קיין אוריגוויי, הרב טויב קיין באלטימאר, און הרב עקשטיין קיין ארגעטינא, הרב לייטנער און הרב טויב האבן פארשטאנען וואס זיי האבן צו טוען און זיך אפגעגבן דארט מיט די קהלה, אבער רב עקשטיין האט ארויסגעוואנדערט זיין עולם צו סאטמאר רב, אויפן קאסט פון קהל, קיין פשט פארשטיי איך נישט דערין.

איינער האט מיר אמאל אראפגעלייגט וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט ווען ער האט אהערגעשוקט זיין עולם, אנגעהויבן האט זיך עס ווען איין אינדערפרי האט מען געטראפן און בית מדרש טונקעל הויטיגע בחורים, מ'האט געוואלט רעדן צו זיי אבער זיי האבן נישט פארשטאנען קיין יודיש און ענגליש, טייל האבן געהאלטן אז דאס זענען גוים פארשטעלט ווי יודען און מ'דארף רופן די פאלציי בקיצור ס'געווען לוסטוג, א ברירה האט מען נישט געהאט מ'האט זיי אנגענומען און ישיבה אן שכר לימוד קאסטען, שבתים און ימים טובים האבן זיי זיך אנגעלייגט אויפן עולם, און איך שטעל מיך פאר אז חתונה געמאכט האט מען זיי אויך מיטן עולם'ס געלט. עד כאן הסיפור אן אראפ לייגן די מצב כדבעי' אפילו, יעדער בר דעת קען אליין פארשטיין, במילא זאגט הרב סאאל בשמי אז קיין טענות זאל ער זיכער נישט האבן.

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 8:49 pm
דורך קאווע טרינקער
און וויליאמסבורג ליידט פון די ירושלמיע קנאים וואס האבן זיך באזעצט דאהי, קוק נאך וועסטו זעהן אז אלע פראטעסטען און קול קורא'ס, פאשקעווילין וכדומה איז יד ירושלים באמצע, קלאר יוכיח, ועוד.

סוף דבר, קען מען טייטשען, חן המקום - ווען האט א פלאץ חן, על יושביו - נאר ווען אירע ארגינעלע איינוואוינער באוואוינען איר.

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:41 pm
דורך פליקער
גיי פארשטיי אבער יעדע שטיק צייט האבן אריין געוואנדערט קינדער פון עלטערן וואס זענען נישט פון אינזער חדר, ווי למשל ווער געדעינקט מיכאל נחמד, מיט אלעזר ברזיליי, גיי פארשטיי געקענט האבן זיי גארנישט, ווייל וויאזוי האבן זיי געקענט פארשטיין וואס ר' יודל בערקאוויטש האט פארגעלערנט, ווען זיי האבן נישט געקענט אפילו רעדן אידיש, אדער ווער רעדט נאך וויפיל מיר האבן זיך אינטערגעהאלטן מיט אלי מאסרי נעבעך, א שאד נעבעך זיין היט האבן מיר אלע מאל ציטרעיטן, און דערנאך חוזק געמאכט אז ער האט א צעהאקטע היט, ער האט געזאגט אז ער וואוינט הויעך די בוטשער, א משיגענער, ער קען נישט אידיש וואס האבן מיר געוואלט פון אים, אבער ער האט געמיזט לערנען אין טרופ, ווייל אויב די ציונם לאקערן אויף אים, וועים האט ג'ארט אז ער וועט שערן זיין בארד פאר א שווארץ קאפל.

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:43 pm
דורך א איד
למעשה זעהט מען אז זיי האבן זיך אריינגעגלידערט,
פשט מיין איך צו זאגן, אלע פון זיי האבן חתונה געהאט קיינער איז נישט געבליבן סינגל, אין זייערע קינדער האבן אויך אלע חתונה געהאט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:45 pm
דורך [NAMELESS]
גלייב מיר אז קיינעם וואלט נישט געשטערט ווען זיי לערנען און פאפא....

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:20 pm
דורך א איד
וואס הייסט קיינער נישט פאר די פאפאנע וואלט עס נישט געשטערט?

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:29 pm
דורך [NAMELESS]
למעשה האבן זיך רוב רובם זיך פיין מסדר געווען דא אין טייל זענען אפי' רעספעקטפולע דיינים קהילת מהר''א האט א חשובע מו''ץ פון די עדה און אויך אין ביזנעס זענען זיי פיין מסודר שיינע בעלי בתים און טייל אפי' גבירים,
סוי איך ווייס נישט צו מען קען זאגן אז הרב אקשטיין האט רףאנג געטוהן,
און די נעמען וואס @פליקר דערמאנט בין איך נייגעריג צו אין ארגעטינע וואלטן זיי בעסער אויסגעזעהן בפרט די לעצטע נאמען

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:20 pm
דורך [NAMELESS]
עמעזאן האט געשריבן:למעשה האבן זיך רוב רובם זיך פיין מסדר געווען דא אין טייל זענען אפי' רעספעקטפולע דיינים קהילת מהר''א האט א חשובע מו''ץ פון די עדה און אויך אין ביזנעס זענען זיי פיין מסודר שיינע בעלי בתים און טייל אפי' גבירים,
סוי איך ווייס נישט צו מען קען זאגן אז הרב אקשטיין האט רףאנג געטוהן,
און די נעמען וואס @פליקר דערמאנט בין איך נייגעריג צו אין ארגעטינע וואלטן זיי בעסער אויסגעזעהן בפרט די לעצטע נאמען

וודאי ס'איז היינט א שם דבר צו הייסן מאסרי.

איך האב נישט געזאגט אז קיינער האט זיך נישט אויפגעארבעט דא וודאי זענען אפאר פון זיי ארויף אויפן לייטער, און לאמיר אויך נישט פארגעסען אז רוב פון זיי זענען מוראדיג טויגלעך געלונגענע הענט מיט שארפע קעפ, אבער נעבעך די רוב (און נאכאמאל רוב נישט יעדער) זענען נישט מסודר דא, די רוב פון זיי האבן נישט געהעריג פרנסה, אויב איז פאר אונז שווער צו טרעפן ארבעט איז עס פאר זיי נאך שווערער, און חדר געדענק איך אז אלע פון זיי האבן געדארפט פריוואטע הילף מיט צו האלטען, און במציאות זענען זיי א אפגעזונדערטע געמיינדע, זיי האבן איינעם כאירה וואס איז א מו"ץ און א סרוגא א מגיד שיעור, און מזרחי א עושר מער ווייניגער דאס איז עס. און ס'איז א ווייטאג ווייל ווי ערווענט האבן זיי מוראדיגע כוחות,

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 5:32 pm
דורך געוואלדיג
ר' עזריאל איז גערעכט זייער אסאך פון די פון אחינו הספרדים וואס מען האט פראבירט משתכנז זיין האבן זיך נישט מסדר געווען, פרעגט נאר די מחנכים פון היינט וויפיל זיי מוטשען זיך מיט די ספרדישע משפחות זיי זענען חלילה נישט ווייניגער פון אונז אבער אינגאנצן א אנדערע מענטאליטעט און דארפן א אנדערע חינוך א שאד אז אזוי פיל פון זיי וואלטן לכאורה געקענט וואקסן שענער אין זייער אייגענע גארטן

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 5:53 pm
דורך [NAMELESS]
@עזריאל האט געשריבן
וודאי ס'איז היינט א שם דבר צו הייסן מאסרי.
/quote]

גראדע קען איך עטליכע מיט דעם נאמען סוקסעספולע יונגעלייט,איך ווייס נישט א ווי דו דרייסט זיך די רוב זענען ביי קהילת מהר''א און איך זעה נישט אז זיי זאלן זיך עפעס מער מיטשען ווי אונז סיי בנוגע חברותות אין כולל זעמיר געהעריג מעורב מיט זיי, און סיי אין ביזנעס,
ובפרט איז דא איינער מיטן נאמען מאסרי אין ווילימסבורג א שטיקל גביר פון די פני העדה אין די בתי מדרשים ווי ער דאווענט איינע פון זיי גראדע מער געשטימט צו צד מהרז"ל,

איך מיין אז דאס עצם זיי שוינען אזוי ווי מען טוט דא גיט צו זיכער צו מאכן אז זיי זאלן זיך נישט איינגעלידערן,

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 6:31 pm
דורך [NAMELESS]
הוא אשר דיברנו

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 7:45 pm
דורך שעפטל
ווי איך האב אמאל געמאכט ריסורדזש, האב איך באמערקט עפעס, רוב פון די איצטיגע סוקסעספולע משפחות זענען זייערע עלטערן יא געווען מער ווייניגער אפגעזינדערט, געדאווענט ביי הרב עקשטיין, נישט פרובירט צו האבן א ברכת כוהנים זיץ אין ראדני... די האבן אויפגעשטעלט הערליכע שטובער, ממש איינס ביי איינס.
די פאר וואס זענען אהערגעקומען און זיך אפגעשאקעלט פון זייער סיסטעם און זיך געוואלט אריינגלידערן אינעם גלובאל'ן סיסטעם זענען על פי רוב אדורכגעפאלן. דע קינדער האט מען מער גערודפ'ט און די תוצאות זענען איבעריג צו באשרייבן.

אבער... הרב עקשטיין איז קלאר אדורכגעפאלן און מועל בשליחות געווען! נישט דאס האט סאטמאר רב געוואלט! ער האט געוואלט א רב דארט, נישט א קהילה דא...

אזוי צו אזוי, זיי זענען אלע וואוילע אידן. רוב פון זיי ווען נישט די נאמען וואלטן זיי ניטאמאל געווען אנדערשט פון יעדעם. ס'פעלט זיי נישט גארנישט. ס'דא רבנים, דיינים, מרביצי תורה, ערליכע בעלי בתים, אברכים יקרים, עשירים גמירים און גרויסע נדבנים.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 9:51 pm
דורך [NAMELESS]
עזריאל האט געשריבן:דער אמת איז אז זיי אהערברענגען איז א חורבן, נאך אלעם גלידערען זיי זיך נישט איין דא געהעריג, עכ"פ די רוב פון זיי, און חדר ווי אויך און ישיבה זענען זיי פון די שוואכע נישט ווייל ס'פעלט זיי עפעס נאר פשוט ווייל זיי קענען נישט די שפראך, ס'פעלט זיי גארנישט דארט, זיי האבן דארט א שיינע קהלה מיט אלע צוגעהערן, דארט איז נישט תימן ווי ס'טוט זיך רציחה אויף די גאסן, נו וואס פעלט אויס מעשוגע צו מאכן מענטשן?

סאטמאר רב האט געשיקט רבי אברהם לייטנער קיין אוריגוויי, הרב טויב קיין באלטימאר, און הרב עקשטיין קיין ארגעטינא, הרב לייטנער און הרב טויב האבן פארשטאנען וואס זיי האבן צו טוען און זיך אפגעגבן דארט מיט די קהלה, אבער רב עקשטיין האט ארויסגעוואנדערט זיין עולם צו סאטמאר רב, אויפן קאסט פון קהל, קיין פשט פארשטיי איך נישט דערין.

איינער האט מיר אמאל אראפגעלייגט וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט ווען ער האט אהערגעשוקט זיין עולם, אנגעהויבן האט זיך עס ווען איין אינדערפרי האט מען געטראפן און בית מדרש טונקעל הויטיגע בחורים, מ'האט געוואלט רעדן צו זיי אבער זיי האבן נישט פארשטאנען קיין יודיש און ענגליש, טייל האבן געהאלטן אז דאס זענען גוים פארשטעלט ווי יודען און מ'דארף רופן די פאלציי בקיצור ס'געווען לוסטוג, א ברירה האט מען נישט געהאט מ'האט זיי אנגענומען און ישיבה אן שכר לימוד קאסטען, שבתים און ימים טובים האבן זיי זיך אנגעלייגט אויפן עולם, און איך שטעל מיך פאר אז חתונה געמאכט האט מען זיי אויך מיטן עולם'ס געלט. עד כאן הסיפור אן אראפ לייגן די מצב כדבעי' אפילו, יעדער בר דעת קען אליין פארשטיין, במילא זאגט הרב סאאל בשמי אז קיין טענות זאל ער זיכער נישט האבן.

עזריאל, דו ביזט גערעכט מיט דיינע טענות. אבער היסטאריש ביזטו נישט גערעכט כלפי הרב לייטנער אין אוריגוויי.
כ'האב פונקט פארברענגט נישט לאנג צוריק מיט אן עלטערער משפחה קרוב וואס האט געוואוינט אין אוריגוויי בשנים קדמוניות, און ער האט מיר אזוי מסיח לפי תומו דערציילט אז הרב לייטנער האט נישט ממש מצליח געווען. ער האט חרוב געמאכט דעם גאנצן אידישן קהילה. נישט אלס שלעכטסקייט ח"ו, נאר היות ער האט געפראוועט אויפן סאטמארן נוסח, זענען אלע אנדערע ארויסגעפאלן [דער איד האט מיר געזאגט, אז ס'זענען דארטן געווען גאר פרומע ליטוואקעס מיט סאטמארע צוגלייך אינעם זעלבן קהילה. און כמעט אלע זענען געגאנגען אן בערד, ביז זיי האבן זיך אהערגעצויגן]. און אויטאמאטיש איז די גאנצע קהילה געגאנגען צוגרינד, און דער עולם האט ארויסגעוואנדערט פון דארטן [אין די תש"כ'ס].
ער האט מיר געזאגט, אז דער אלטער דזשיבויער רב - הרב כ"ץ, פון מאנטריאל, ער איז געווען רב פאר הרב לייטנער, און ער האט יא געפירט די קהילה כראוי, און האט פארשטאנען להלך נגד רוחו של כל אחד ואחד. שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין מאנטריאל וואו ער איז געווען דזשיבויער רב, און סאטמארער ראש ישיבה פון מאנטריאל.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 9:57 pm
דורך [NAMELESS]
פליקער האט געשריבן:גיי פארשטיי אבער יעדע שטיק צייט האבן אריין געוואנדערט קינדער פון עלטערן וואס זענען נישט פון אינזער חדר, ווי למשל ווער געדעינקט מיכאל נחמד, מיט אלעזר ברזיליי, גיי פארשטיי געקענט האבן זיי גארנישט, ווייל וויאזוי האבן זיי געקענט פארשטיין וואס ר' יודל בערקאוויטש האט פארגעלערנט, ווען זיי האבן נישט געקענט אפילו רעדן אידיש, אדער ווער רעדט נאך וויפיל מיר האבן זיך אינטערגעהאלטן מיט אלי מאסרי נעבעך, א שאד נעבעך זיין היט האבן מיר אלע מאל ציטרעיטן, און דערנאך חוזק געמאכט אז ער האט א צעהאקטע היט, ער האט געזאגט אז ער וואוינט הויעך די בוטשער, א משיגענער, ער קען נישט אידיש וואס האבן מיר געוואלט פון אים, אבער ער האט געמיזט לערנען אין טרופ, ווייל אויב די ציונם לאקערן אויף אים, וועים האט ג'ארט אז ער וועט שערן זיין בארד פאר א שווארץ קאפל.

און דאס זעלביגע מיט די תימנ'ע, וואס זענען אהערגעקומען פשוט כדי די פארשאלטענע ציונים וכו'... ווי ווייט זענען זיי אנגעקומען?
נישט לאנג צוריק האב איך געזען א קליפ, פון א תימנ'ער בחור וואס דינט יעצט אין צה"ל, וואו ער האט אויסגעדריקט זיינע טענות אנטקעגן סאטמאר וואס האט אים אריבערגעברענגט אלס יונג קינד פון תימן קיין אמעריקע, און מען האט אים געגעבן א סאטמארער חינוך מיט אידיש וואס ער האט נישט פארשטאנען, מ'האט אים חרוב געמאכט זיין מסורה און שטאלץ, ער איז געווען א נעבעך ווייל ער איז א תימנ'ער, און האט ניטאמאל געקענט זען זיין מאמע יארן לאנג כדי ח"ו אים נישט קאליע צו מאכן מיט ציונות.
כ'האב געוואלט וויינען מיט אים.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 10:15 pm
דורך berlbalaguleh
עזריאל האט געשריבן:גלייב מיר אז קיינעם וואלט נישט געשטערט ווען זיי לערנען און פאפא....

עזריאל: אבער אין א יעדן איינעם פון די דאמאלס'דיגע פעולות, (צו מ'איז יא מסכים אז ס'איז געווען די ריכטיגע זאך צו טון, אדער נישט) איז געווען דער הויפט מאטיוו אז מיט דעם ראטעוועט מען זיי פון אריינפאלן צו די ציונים. א טעאריע וועלכע האט זיך ארויסגעוויזן צו זיין שקר ושוא. און געבויעט אויף הוילע דמיונות. אדער פינאנציעלע אינטערעסן. תימנ'ער אידן יוכיח...!...

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 10:18 pm
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:גלייב מיר אז קיינעם וואלט נישט געשטערט ווען זיי לערנען און פאפא....

עזריאל: אבער אין א יעדן איינעם פון די דאמאלס'דיגע פעולות, (צו מ'איז יא מסכים אז ס'איז געווען די ריכטיגע זאך צו טון, אדער נישט) איז געווען דער הויפט מאטיוו אז מיט דעם ראטעוועט מען זיי פון אריינפאלן צו די ציונים. א טעאריע וועלכע האט זיך ארויסגעוויזן צו זיין שקר ושוא. און געבויעט אויף הוילע דמיונות. אדער פינאנציעלע אינטערעסן. תימנ'ער אידן יוכיח...!...

נאכ'ן שרייבן און פאוסטן מיין פריער'דיגע תגובה האביך באמערקט אז אדנירם האט געשריבן אינ'ם זעלבן סגנון. בלייבט נישט איבער נאר צו מאכן די ברכה ברוך שכיוונתי...!

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 10:33 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם: אין דיין תגובה פון 8:51 פ.מ. צו עזריאל'ס מאמר, האביך אויך א שטיקל הגה"ה. ווייל איך האב גאר א נאנטן קרוב (אדם קרוב אצל עצמו.) וועלכער האט אלס יונגל געוואוינט (ניין. כ'האב נישט מורא פאר גילוי שכינה...) אין מאנטעווידעא, אורוגוויי ווען ר' אברהם לייטנער ז"ל איז דארט געווען רב. און ער געדענקט אז ר' אברהם לייטנער איז נישט געווען אזא עקסטרעמיסט ווי ער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין דאהי. און ער האט געפיהרט די ארטיגע קהילה זייער שיין. ער האט געהאט דירעקט קאנטראל אויף די שחיטה. וועלכע איז געווען אויף א גאר מהודר'דיגן אופן. אויך האט ער געגעבן השגחה אויף די פראדוקציע פון איין וועדזשעטעיבל אויל קאמפאני. (ס'איז געוווען מערערע) וואס דער היימישער עולם האט גענוצט. אויך איז געווען א גוטער סיסטעם פון חלב ישראל און היימיש געבאקענע ברויט. און ער האט אויך אנגעפיהרט מיט א גרויסע תלמוד תורה און ישיבה קטנה. וואו ס'זענען געקומען לערנען (אשכנזי'שע) בחורים פון שכינות'דיגע מדינות ווי ארגענטינע, בראזיל און טשילע...ער האט בפירוש נישט געפיהרט די קהילה מיט א סאטמאר'ע, קנאות'דיגע אגענדע. און חוץ א צוויי אדער דריי שונאים וואס ער האט געהאט, האט די גאנצע קהילה מיטגעארבעט מיט איהם. און דער פאקט וואס א סאך אידן דארט זענען געגאנגען אן בערד האט געהאט צו טון מיט דעם פאקט אז ס'איז זייער שווער געווען צו טון ביזנעס ווען איינער איז געגאנגען א בארד...!

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 10:43 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]berlbalaguleh[/tag],
אז דו קומסט שוין יא פון דארטן, אפשר געבסטו אונז איבער א בליק איבער אורוגוויי אין יענע יארן?! דער עולם ווייסט נישט פון דעם קאפיטל היסטאריע, און כ'בין זיכער אז ס'וועלן זיין אסאך פאראינטרעסירטע צו וויסן וויאזוי חרד'ישע אידן האבן געלעבט אין אורוגוויי.

ביטע, עפן אן אשכול, און לערן אונז אויס א פארשטופטער קאפיטל אידישע היסטאריע.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 10:46 pm
דורך berlbalaguleh
עמעזאן האט געשריבן:
@עזריאל האט געשריבן
וודאי ס'איז היינט א שם דבר צו הייסן מאסרי.
/quote]

גראדע קען איך עטליכע מיט דעם נאמען סוקסעספולע יונגעלייט,איך ווייס נישט א ווי דו דרייסט זיך די רוב זענען ביי קהילת מהר''א און איך זעה נישט אז זיי זאלן זיך עפעס מער מיטשען ווי אונז סיי בנוגע חברותות אין כולל זעמיר געהעריג מעורב מיט זיי, און סיי אין ביזנעס,
ובפרט איז דא איינער מיטן נאמען מאסרי אין ווילימסבורג א שטיקל גביר פון די פני העדה אין די בתי מדרשים ווי ער דאווענט איינע פון זיי גראדע מער געשטימט צו צד מהרז"ל,

איך מיין אז דאס עצם זיי שוינען אזוי ווי מען טוט דא גיט צו זיכער צו מאכן אז זיי זאלן זיך נישט איינגעלידערן,

עמעזאן: מ'רעדט דאך נישט איבער זייער היינטיגן מצב. מ'פארציילט נאר איבער זייער אנהייב. ראשית דרכם. און וואס ס'האט געטריבן הרב עקשטיין ז"ל פון בוענאס איירעס, ארגענטינע זיי צו טראנספארטן אהער קיין נ.י. אין די סאטמאר'ע ישיבה...וואו זיי זענען אדורך א סאך שוועריגקייטן. אזוי ווי א סאך אנדערע אידישע אימיגראנטן פון די פריערדיגע יארן...!

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 10:59 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם האט געשריבן:[tag]berlbalaguleh[/tag],
אז דו קומסט שוין יא פון דארטן, אפשר געבסטו אונז איבער א בליק איבער אורוגוויי אין יענע יארן?! דער עולם ווייסט נישט פון דעם קאפיטל היסטאריע, און כ'בין זיכער אז ס'וועלן זיין אסאך פאראינטרעסירטע צו וויסן וויאזוי חרד'ישע אידן האבן געלעבט אין אורוגוויי.

ביטע, עפן אן אשכול, און לערן אונז אויס א פארשטופטער קאפיטל אידישע היסטאריע.

אדנירם: א ייש"כ פאר מעורר זיין. איך טראכט טאקע אזוי צו טון. גאר בקרוב אי"ה. בלי"נ...!

נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 5:24 am
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:און דאס זעלביגע מיט די תימנ'ע, וואס זענען אהערגעקומען פשוט כדי די פארשאלטענע ציונים וכו'... ווי ווייט זענען זיי אנגעקומען?

נישט לאנג צוריק האב איך געזען א קליפ, פון א תימנ'ער בחור וואס דינט יעצט אין צה"ל, וואו ער האט אויסגעדריקט זיינע טענות אנטקעגן סאטמאר וואס האט אים אריבערגעברענגט אלס יונג קינד פון תימן קיין אמעריקע, און מען האט אים געגעבן א סאטמארער חינוך מיט אידיש וואס ער האט נישט פארשטאנען, מ'האט אים חרוב געמאכט זיין מסורה און שטאלץ, ער איז געווען א נעבעך ווייל ער איז א תימנ'ער, און האט ניטאמאל געקענט זען זיין מאמע יארן לאנג כדי ח"ו אים נישט קאליע צו מאכן מיט ציונות.
כ'האב געוואלט וויינען מיט אים.

יעצט געטראפן דעם קליפ, דא האט איר.
ס'קען קאסטן א טרער.

נשלח: זונטאג יוני 07, 2015 10:13 am
דורך berlbalaguleh
אדנירם: ייש"כ פאר ברענגען דעם רירנדן, הארצרייסנדן קליפ פון דעם תימנ'ער בחור. נאר ס'איז דא אן ענליכע סעריע קליפס פון א תימנ'ער משפחה וועלכע די סאטמארער עסקנים האבן געברענגט קיין מאנסי און מ'האט זיי אויסגענוצט פינאנציעל. (לדוגמא: מ'האט דעם יונגערמאן געהייסן גיין שנארן פאר די תימנ'ער אידן, און מ'האט ביי איהם צוגענומען דאס געלט. און נאר געגעבן א קליין חלק דערפון. און ער איז אויך אדורך א שווערע פרשה מיט א קינד וואס איז ל"ע אוועק ביי איהם אין שטוב. און די רעגירונגס אויטאריטעטן האבן באשולדיגט זיין ווייב. נאכדעם האט מען צוגענומען די קינדער פון זיי און מ'האט זיי אוועקגעגעבן פאר אנדערע משפחות. און די עלטערן האבן נישט געהאט קיין צוטריט צו די קינדער. און לויט ווי דער טאטע באשולדיגט האט מען זיי נישט געהאלפן לגבי די רעגירונג. נאר מ'האט זיי ארומגענארט מיט שקרים און בלאף...!