די אינטרעסאנטע מעשיות און דערציילונגען פון חיים גראדע (#4
נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 9:56 pm
התנצלות המעתיק: מקשים העולם. די וועלט (נישט איי וועלט) פרעגט. ס'איז דאך שוין דא לכה"פ 3 אשכולות איבער חיים גראדע. צו וואס פעלט אויס נאך אן אשכול...?
נאר דער תירוץ איז, אז ס'איז נאכנישט דא קיין אשכול וועלכער איז געווידמעט נאר פאר די דערציילונגען פון דעם גרויסן אידיש שרייבער חיים גראדע. ער איז געווען א תושב אין די שטאט ווילנא. און ער האט באשריבן דאס אידישע לעבן אין די גרויסע שטאט וועלכע מ'האט גערופן "ירושלים ד'ליטא". מיט איהרע איבער הונדערט בתי כנסת. אנגעהויבן פון די גרויסע ווילנער שטאט שול, ביז די קליינע בתי מדרשים און קלויזן, וואו ס'איז געווען א קלענערער עולם. און צומאל א מנין מצומצם.ער האט אויך באשריבן די איינוואוינערס פון די הייזער און הויפן אין די אידישע געגנט. אזוי ווי ער שרייבט אין די צווייטע מעשה. "לייבע לייזער'ס הויף". נאר אונז וועל מיר אנהייבן מיט די ערשטע מעשה, וועלכע הייסט "זיידעס און אייניקלעך". דא שילדערט ער וויאזוי בערך א מנין פון עלטערע אידן, וועלכע זענען געווען בעלי בתי'שע מענטשן און האבן געהאט זייער אייגענע ביזנעס און האבן דאס איבערגעגעבן פאר זייערע קינדער, וועלכע זענען צוביסלעך אוועקגעגאנגען פונ'ם דרך התורה וקיום המצוות.
נאך איין הערה: איך גיי נישט איבערשרייבן ווארט פאר ווארט וואס דער מחבר האט געשריבן. נאר כ'וועל ארויסנעמען א תמצית פון א יעדע געשיכטע. מפני אהבת הקיצור ועוד כמה טעמים...!
אויך: וואס האט מיך באוואויגן צו שרייבן איבער די טעמע. ווייל עטליכע חברי הקאווע שטיבל שי' און בראשם הגה"צ ר' גראדעמעכעלע שליט"א האבן מיך געבעטן אז איך זאל איבערשרייבן עטליכע פון די שיינע מעשיות וואס חיים גראדע האט געשריבן...!
ובכן. בעזרת יוצרי קוני וצורי, וועלן מיר אנהייבן:
אין א ווארימען זומער טאג זענען געזיצן בערך א מנין זקנים ביי זייערע שטענדערס אין קלויז ישן. די שול וועלכע איז נאך עלטער פון די גרויסע ווילנער שטאטשול. עטליכע פון זיי האבן געהאט אפן פארשידענע ספרים. איינער א משניות, דער אנדערער אן עין יעקב. דער דריטער דעם ספר קב הישר. און אזוי ווייטער.א ביסל האבן זיי געלערנט און א ביסל געדרימלט ביי די אפענע ספרים. און אויך געשמועסט. זיי האבן געבענקט אז א יונגער למדן זאל אריינקומען אין קלויז און לערנען פון די פיל ספרים ווי ש"ס, טור און שולחן ערוך, און אנדערע ספרי ראשונים וועלכע זענען געשטאנען אין די ספרים שענק און קיינער האט נישט געלערנט פון זיי. זיי האבן זיך דערמאנט פון די גוטע צייטן ווען ס'זענען געווען עטליכע מניינים פאר שחרית און מנחה-מעריב. ווען יונגע לומדים און אויך מיטליעריגע בעלי בתים זענען געזיצן און געלערנט אין א פולן בית המדרש. און היינט פוסטעווען די שולן. ווייל קיינער קומט שוין נישט אריין דארט צו דאווענען און לערנען צוליעב ירידת הדורות. אזוי שמועסנדיג האבן זיי זיך דערמאנט פון די אייניקלעך. איי די אייניקלעך.כל זמן זיי זענען קליין קען זיי נאך דער זיידע ארייננארן מיט א צוקער-לעקעכל (לאליפאפ) אז זיי זאלן מאכן א ברכה. אבער נאכדעם וואס זיי ווערן א ביסל עלטער, זעהן זיי אז דעם זיידן דארף מען נישט פאלגן. פאלגן דארף מען די דינסט. און טאמער זעט די שנור אז דער זיידע פארעט זיך ארום מיט'ן אייניקל, איהם אנצוטון א קאפל און א טלית קטן און זעהן אז ער זאל מאכן א ברכה. רופט זי זיך אן "שווער, מוטשעט נישט דאס קינד. ער'ט נישט זיין קיין רב"... און אז נישט קיין רב, דארף מען נישט אנטון א קאפל און טלית קטן און מאכן א ברכה..? און די זון זענען דען בעסער, מורמלט זיך אונטער איינער פון די זקנים. אלס יונגלעך האבן זיי געלערנט נישקשה אין חדר. נאך די בר מצוה און נאך די חתונה. ווען זיי האבן אנגעהויבן אריינצוגיין אין די געשעפטן, האבן זיי נאך אנגעטון די תפילין א יעדן טאג און שבת געגאנגען דאווענען אין שול. נאר וואס מער זיי האבן מצליח געווען אין די געשעפטן האבן זיי אראפגעווארפן פון זיך דעם עול פון מצוות. אויך די שנורן, אין די ערשטע צייטן נאך די חתונה האבן זיי נאך, אויס דרך ארץ פאר'ן שווער, דער בעל הבית פון הויז און געשעפט, אנגעטון א קאפטיכל. אבער זייט די געשעפטן זענען אריבער אינגאנצן צו די קינדער און זיי אליין האבן שוין אויך דערוואקסענע קינדער, האבן זיי אראפגעווארפן פון זיך דאס גאנצע אידישקייט און זענען נאר פארנומען מיט איבערשטייגן די חבר'טעס מיט טייערע קליידער און צירונג און טייערע מעבל...(המשך יבוא אי"ה)...