בלאט 1 פון 1

נשלח: מאנטאג מערץ 09, 2015 8:15 pm
דורך הוגה
איך כאפ נישט פונקטליך די שייכות מיט די מעשה וואס איר ברענגט אראפ. אבער בנוגע דער פירוש/ספר לב הארי, פאר 4-5 יאר צוריק האב איך געדאווענט אין עפעס א קליין בית מדרש'ל לכבוד א שמחה, און ביים פלאץ וואו מען האט מיר געזעצט איז פונקט געלעגן דער ספר (א גראבע באנד, און נאר אויף שער הבטחון). איך האב עס אויפגעמאכט צו זעהן וואס דאס איז און איך האב עס נישט געקענט צומאכן. איך בין געזעצן דערמיט ביז סוף פון די קידוש. זונטאג בין איך באלד אריבער צו א ספרים געשעפט און כ'האב מיר איינגעהאנדלט דעם ספר, איך האב עס איבערגעלערנט לכה"פ צוויי מאל. עס האט מיר געגעבן א פרישע פארשטאנד און א קלארקייט וואס כ'האב נישט געהאט פריער.

אגב, אינעם הקדמה (דאכציך) איז געשטאנען אז ער ארבייט ארויסצוקומען אויף די אנדערע חלקים חוה"ל. איינער ווייסט אויב ס'שוין געשעהן?


.

נשלח: מאנטאג מערץ 09, 2015 10:27 pm
דורך ונבנתה העיר
718-298-3538