פארוואס אכשר דרא און וויאזוי עס אפצושטעלען
נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 11:17 am
דער אשכול באלאנגט שוין אין א פאר ערטער, אלס תגובה צו אסאך פאסירונגען וואס ווערען באשריבען דא אויף ק"ש, ממילא שרייב איך עס עקסטער, ומכאן יקיש ווי ס'פעלט אויס.
אסאך פרעגען אויפ'ן מצב פון אכשר דרא, מיר ווערען מער און מער ראדיקאליזירט פון יאר צו יאר. עקסטרעמער זיגען אויף אלע פון זייער מערכות און מ'פיהרט טייערע קלוגע אידען מיט זייער קינדער אוועק פונ'ם דרך פון רק עם חכם ונבון. פארוואס איז עס אזוי? פארוואס ביי יעדער געראנגעל צווישען א נארמאלע מיט א פינסטערע געווינט דער פינסטערע? פארוואס פארגעסט מען פון יאר צו יאר וויאזוי ס'איז געווען? וואס קען מען טוהן צו דרייען דער זייגער צוריק אן אונטערצוברענגען גאנץ אידישקייט? שבור את החבית ושמור יינה?
לדעתי איז מעגליך אז דאס א פסיכאלאגישע דערשיינונגע. אסאך מענטשען פילען נישט באקוועם ווען זיי טוהן פונקט ווי יעדער איינער. זיי פילען דערדרוקט כאילו סאסייעט"י צווינגט זיי צו טראכטען און טוהן פונקט אזוי, און זיי ווייסען נישט וויאזוי זיך אויסצורופען אלס זעלבסשטענדיגע מענטש. וויבאלד אונזער חינוך לאזט נישט א מענטש וויסען פונקט וואס ער פיהלט, ממילא האט ער נישט קיין נארמאלע וועג צו לייזען אדער אנערקענען דער פראבלעם, ווייל ס'איז שטארק באהאלטען פונ'ם מענטש, אבער ס'איז דארט.
וואס טוט ער? ער הייבט טוהן אביסל אנדעריש ווי אלע. קודם זאגט ער ביי קדושה הויך 'וכן כתוב' אנשטאט'ס 'ככתוב' וכדו'. וואס פאסירט ווייטער? אלע מאכען איהם נאך און היינט איז דער 'וכן כתוב' דער אלגעמיינט נוסח. מוז ער עפעס אנדעריש טוהן. אבער ס'איז נישט גענוג. ער מוז מפרסם זיין פאר אלעמען און זיך דערקלערן אלס א מענטש צווישען מענטשען. איז ער טרעפט נייע חומרות און איז זיי מפרסם. למשל, קיין שום הלכה מסורה מנהג חומרא פאדערט נישט אז א פרוי טאר נישט פירען א קאר. אבער איינער וואס וויל זיך זען אלס א מענטש מאכט זיך א חומרא אז מ'טאר נישט לאזען א פרוי פירען א קאר. ער גייט ארום מיט א פני תם פרעגען 'וואס איז דער היתר צו לאזען א פרוי פירען א קאר?' א מענטש הערט אזא זאך פון א רב א דיין צו וואס, און ער ווערט נתפעל. אויף מארגען איז דאס געווארען א מנהג, און אויף איבער מארגען א הלכה קבועה מיט אן אור-אלטע מסורה, נאך עלטער ווי דער מנהג פון ניצען נ.דזש.\אריזאנא ווייץ. שוין, אז יעדער פאלגט דער א.ג. איסור איז אונזער נעבעך ווידער א מענטש פונקט ווי יעדער איינער. זוכט ער נייער 'איסורים' אויף זיך צו דערקלערען אלס פרומע מענטש.
דער עולם זאל כאפען. ווען ס'קומט ארויס א גרויסע איסור אויף עפעס, מיינט עס נישט אז מ'אסר'ט עס. מ'וויל זיך דערקלערען אלס א מחמיר, און מ'איז דערמיט מסביר פארוואס דאס איז א חומרא.
פראבירט'ס ענק איינמאל. ס'זאל ארויסקומען אן איסור, און יעדער איינער וועט אנפייפען. די מסדרי האיסור וועלען זיין צופרידען, ווייל מיט דעם בלייבען זיי אויבער-מענטשען, און ער וועט צוקומען צו דיר אין ביהמ"ד 'דו קויפסט נאך דער שפאקטיוו?', און דו וועסט ענטפערען 'יא' הויך און דייטליך. ער וועט פרעגען 'וואס איז דיין היתר?', האלט זיך איין און ענטפער נישט. ער מיינט נישט דיר צו פרעגען, ער מיינט נאר צו זאגען אז ער עקזיסטירט. יא, פונקט ווי ווען דיין קינד שטייט אויף א בענקען און זאגט הויך 'קוק אויף מיר', אזוי איז דער מענטש. אז מ'וועט זיך אזוי פיהרען, וועט מען קענען אפשטעלען דער באן בעוד מועד, ותשקוט הארץ, עכ"פ ארבעים יום.