בלאט 1 פון 1

מיין קינדערישע שאלות וואס זענען קיינמאל פארענטפערט געווארן

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 3:37 pm
דורך רויטע וואנצעס
"נון נון נון, מ'טאר נישט קניען". אבער רבי איך קני מיך צום אייבערשטען ווי מ'טוט יום כיפור.

"א טיש איז א מזבח". איז פארוואס טאנצט מען פורים אויפן טיש, און ביים שבע ברכות איז די רבי בכבודו ובעצמו געזעצן אויף א סטעיזש פון טישן.

"מ'טאר נישט אריינעמען א ספר אין ביה"כ ווייל ס'האט אידישע אותיות". נעקסטע טאג זעה איך יענעם מיט'ן צייטונג וואס האט ד"ת דארט.

"מ'טאר נישט זיין מיט'ן ריקן צום ארון קודש". אבער אלע בעלי דרשנים שטייען יא אזוי.

"קאפיוטער איז גואיש". אבער די מנהל מיט די סעקרעטערי האבן אין אפיס.

"מ'טאר נישט רעדן צו א גוי" אבער מיין רבי און מנהל רעדן כסדר צו אים.

"א איד טאר נישט שלאגן" אבער מיין רבי הערט נישט אויף צו האקן און פראקן.

"מ'טאר נישט רעדן אינמיטן עסן". אבער ביי די מלמדים טיש לאכט מען אויף אלע באקן, בעת די פרענטש טאוסט ווערט צומאלט מיט די באק ציינער.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:27 pm
דורך קאווע טרינקער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:"א טיש איז א מזבח". איז פארוואס טאנצט מען פורים אויפן טיש, און ביים שבע ברכות איז די רבי בכבודו ובעצמו געזעצן אויף א סטעיזש פון טישן.

בהמות?! וואו דען אויב נישט אויף די מזבח!

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:58 pm
דורך [NAMELESS]
מ'טאר נישט האלטן די הענט אין טאש אזוי ווי די גוים , אבער דער מלמד הערט נישט אויף "בודק" זיין די קינדער'ס פראנט און בעק טאשן ...

Re: מיין קינדערישע שאלות וואס זענען קיינמאל פארענטפערט געווא

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 10:16 am
דורך שמוליק
מען טאר נישט איבערטאנצען יענעם ווייל ער גייט נישט וואקסן.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 2:57 pm
דורך ציבעלע-קיגל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:"נון נון נון, מ'טאר נישט קניען". אבער רבי איך קני מיך צום אייבערשטען ווי מ'טוט יום כיפור.

"א טיש איז א מזבח". איז פארוואס טאנצט מען פורים אויפן טיש, און ביים שבע ברכות איז די רבי בכבודו ובעצמו געזעצן אויף א סטעיזש פון טישן.

"מ'טאר נישט אריינעמען א ספר אין ביה"כ ווייל ס'האט אידישע אותיות". נעקסטע טאג זעה איך יענעם מיט'ן צייטונג וואס האט ד"ת דארט.

"מ'טאר נישט זיין מיט'ן ריקן צום ארון קודש". אבער אלע בעלי דרשנים שטייען יא אזוי.

"קאפיוטער איז גואיש". אבער די מנהל מיט די סעקרעטערי האבן אין אפיס.

"מ'טאר נישט רעדן צו א גוי" אבער מיין רבי און מנהל רעדן כסדר צו אים.

"א איד טאר נישט שלאגן" אבער מיין רבי הערט נישט אויף צו האקן און פראקן.

"מ'טאר נישט רעדן אינמיטן עסן". אבער ביי די מלמדים טיש לאכט מען אויף אלע באקן, בעת די פרענטש טאוסט ווערט צומאלט מיט די באק ציינער.


דער ענטפער פון די אלע איז, אז ווען משיח גייט קומען גייט מען נעמען די אלע רבי'ס אונזערע און מען וועט "זיי" אזוי אריין פראקען

Re: מיין קינדערישע שאלות וואס זענען קיינמאל פארענטפערט געווא

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 5:31 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
מיין זיידע פלעגט אלץ זאגען אז מ׳ איז צו נייגעריג באקומט מען א לאנגע נאז

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 5:52 pm
דורך קאמענטירער
פ״וו מיין מאמע האט נישט געקענט קויפען צוויי בעביס אויף איינמאל?

Re: מיין קינדערישע שאלות וואס זענען קיינמאל פארענטפערט געווא

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 10:31 am
דורך א איד
רויטע וואנצעס האט געשריבן:"נון נון נון, מ'טאר נישט קניען". אבער רבי איך קני מיך צום אייבערשטען ווי מ'טוט יום כיפור.

לאמיר אנהייבן איינס אויף אמאל.
די רבי זאגט דיר דאס, ווען דו קניסט סתם אינמיטן שמועסן אדער אויסהערן וואס ער זאגט, וואס דעמאלטס טראכסטו נישט פונעם אויבערשטן, און ווען דוד ענטפערסט עם אז דו קניהסט אזוי ווי יום כיפור, וועט ער דיר איבערלייגן אזוי ווי יום כיפור, און אריינפראקן אין דיר פאר די עזות.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:17 am
דורך ציבעלע-קיגל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מיין קינדערישע שאלות וואס זענען קיינמאל פארענטפערט געווארן


דאס איז א רשעות און א עזות שאין כדגמתו. איין'ס פון די גרויסע חילוקים צווישען אידן און גוים איז אז דער גוי טאר נישט פרעגן קיין קשוית אויב יא איז דאס א חסרון אין זייער אמונה. עס איז ביי זיי פון די ערגסטע עבירות.

ביי אידן מעג מען אין מען ENCORAGED פרעגן. גאנץ אידשקייט באשטייט פון קשוית און תירוצים. קוק אריין אין גמרא. עס שטייט נישט אין ערגעץ אז פאר'ן פרעגן האט מען איינעם אנגעשריגן אדער געשלאגן.

נאך מער מען טרעפט אפאר מאהל אז מען האט געפרעגט אין די גמרא... ולא הוי בידי' ער האט נישט געוויסט דער ענטפער. און מען האט איהם אפי' נישט ארויסגעווארפען פון ישיבה.