jewinthecity.com - אליסאן דשאוסעפס
נשלח: זונטאג מאי 31, 2015 9:51 pm
מיט אפאר טעג צוריק האב איך געטראפן דא א מודעה איבער א נייע "שאבאטאון", רופט זיך עס "מקום". אונטער דעם שטייט אן ארגינעזאציע jewinthecity.com
וועגן דעם שבתון אליינס איז מען שוין דאן דארט אין יענע אשכול בהרחבה. צדדים לכאן ולכאן. עפן איך אויף דעם אשכול איבער דעם עצם ארגינעזאציע און געוועב-זייטל, דער איד אין שטאט.
דער גרינדערין איז א פרוי, הייסט זי Allison Josephs. זי קומט פון א פרייע פאמיליע און היינט רופט זי זיך צענטריסט ארטאדאקס. (וואס זי זאגט דאס איז מער די רעכט-נויגענדע מאדערן ארטאדאקס.)
די מטרה פון זייער ארגינעזאציע, זענען זיי מסביר, איז צו ווייזן פאר די וועלט, סיי די פרומע, פרייע און ווי אויך די נישט אידישע וועלט די פאזיטיווע חלקים פון אידישקייט און אז אידישקייט מוז נישט מיינען צוקוועטשטע, אומגעלערענטע מענטשן וואס זעען אויס מאדנע און שמעקן ווי די חלבנה.
די ערשטע מאל איך האב באגעגנט דאס פלאץ בין איך אויף דעם געזעצן א צוויי דריי שעה אין א צי. אסאך פון אירע ארטיקלען זענען זייער אינטערעסאנט מיט גוטע פוינטס. די נושאים דארט זענען אלע סארטן, פון יסודית'דיגע ביז שטותים, און אלע סארטן מענטשן פון אידן ביז גויים, פרומע און פרייע שיקן איר זייערע פראגעס און קשיות.
געווענליך איז די סוף פסוק פונע'ם פאוסט, אז ס'זענען דא אסאך אנדערע סארט ארטאדאקסן (ליין: מאדערן ארטאדאקס), און אידישקייט מיינט נישט דווקא צו גיין א הוט און רעקל 24/7, זוממער און ווינטער.
ווער עס ווייסט מער איבער דעי נושא אדער טאמער פאלט פאר אייערע אויגן אן אינטערעסאנטע ארטיקל פון דארט, איז מכובד זיך אנצורופן.