רבי יהודה אסאד מסערדעהעלי - כ"ג סיון תרכ"ו
נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 5:31 am
דערווייל איז מען נישט דערגאנגען צו עס איז געוועהן עפעס א באזונדערע שייכות ציווישען דער גרויסע גאון רבי יהודה אסאד מיטן מרן דער אך פרי תבואה מליסקא זי"ע אדער ממשיכי דרכו בקודש רבותינו לבית ליסקא.
בשנת תרכ"ג האט מען אנגעפרעגט ביי רבי יהודה אסאד איבער דער "כינעזישע הינער", וואס באותו תקופה איז דאן געוועהן א שטארקע ריתחא דאורייתא ציווישען די גדולים לאיסור או להיתר. רבי יהודה אסאד האט גענומען דעם צד להיתר. אין זיין תשובה צום ראב"ד טאפלישאהן שרייבט ער אז דריי יאר פריער האט ער שוין געשריבען צום יארמוטה'ע רב, אויך איז ער מעתיק א פריעדיגע תשובה וואס ער האט געהאט געשריבען להיתר.
בשו"ת מהרי"א (הנקרא גם יהודה יעלה - תשובה צד) צום סוף שרייבט ער צו:
ואודיע לו ג"כ כי בשנת תרכ"א אחר שכתבתי להגאון דיארמוטה נ"י, קבלתי עוד מכתבים מכמה רבנים גדולים הי"ו להתיר התרנגולים, והתירן ברור בעיניהם. וגם הגאון דטאלטשווא כתב לי ושאל אותי על רזא דנא, ובו הודיעני כי כבר שאל ג"כ ע"ז לחמיו הגאון המפורסם מו"ה ישעיה בנעט נ"י בן מו"ה רשכבה"ג מוהר"ם בנעט זצוק"ל וכו' וכו', גם העתיק הגאון דטאלטשווא נ"י תשובת הקדוש הגאון המפורסם מו"ה חיים אבד"ק צאנז נ"י מה שהשיב אליו וכו' וכו', וכן כתב הרב הצדיק המפורסם בק"ק ליסקא הה"ג אב"ד מ' הרש ליסקא נ"י כי "הרב הגאון העצום מופת הדור אספקלריא המאיר' ציס"ע כו' כקש"ת מו"ה חיים האלבערשטאם אבדק"ק נ"י התירם, ורוח הקודש הופיע בבית מדרשו כו'". עכתו"ד.
מ'קען נישט וויסען צו ער האט אנגעפרעגט דעת תורתו פון דער 'אך פרי תבואה' אדער האט דער אך פרי תבואה איהם געשריבען כדי מחזק זיין דעם צד ההיתר. מען זעהט די שטארקע הערצה פון דער אך פרי תבואה צום צאנז'ער רב'ס פסק, אין דאס איז געוועהן סיוע והתחקות צום היתר פון דער סערדהעלי רב.
אויסער דעם העתק תשובה ווייסט מען נישט נאך איבער די קשר ציווישען די צוויי גדולים, אבער וואס מען דערקענט יא, איז אז רבי יהודה אסאד האט זיך שטארק גערעכנט מיט דער תשובה פון מרן ה'אך פרי תבואה' זי"ע, ובפרט אז ער האט דערמאנט אין איהר דער פסק היתר פון צאנז'ער רב.