בלאט 1 פון 1

דער צוויי פיסיגער פערד, דער בייק

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2015 4:27 pm
דורך moshav zekeinim
אויב ווערן די באן און קאר באטראכט אלס די וואס האבן איבערגענומען דער ארט פונעם פערד און וואגן, קען מען מיט רעכט זאגן אז דער בייק האט איבער גענומען דעם פערד אליין. וואס כאטש דער בייק פארשפארט נישט קיין מענטשליכער ענערדזשי ווי א פערד, ריפלעיסט עס אבער דעם פערד מיט זיין לייכטקייט, און פראקטישקייט, און שטייגט איר איבער דערמיט.

ספעציעל אין א שטאט ווי דער קאר קען רוב מאל נישט פארן צו שנעל בעת דער בייק קען זיך לייכט באוועגן, קען מען די ביידע זיכער צו גלייכן צו ריטערישע פערד כלפי פערד און וואגן. און די מעלות וואס א ריטערישע פערד האט כלפי א וואגן פערד, זענען מער ווייניגער די מעלות וואס א בייסיק האט כלפי א קאר אין שטאט.

און דאס איז די סיבה פארוואס דער בייק איז כמעט נישט קיין ווייניגער פאפולערער טראנספאטאציע מיטל אין א סך מאדערנע ווי א קאר אוו באן.

איז לאמיר זיך אפשטעלן און זען וואס עס זענען די מעלות פון א בייסיק קלפי א קאר:

אזוי ווי רייטן אויף א פערד איז דער בייק אויך אין א געוויסער זין "העלדיש" און קול, עס איז געזונט פיזיש און גייסטיש.

עס באוועגט זיך לייכט, עס איז לייכט צו פארקן, און נעמט סעקונדעס דאס צו אקטיוויזירן.

אפילו דער טייערסטע בייק איז שפאט ביליג כלפי א קאר.

טאמער איז די רעדע כלפי א.פאבליק טרענספאטעישן ווי א באס וכד' איז די מעלה פון א בייק פשוט, אז מען איז אומאפהענגוג צו קיינעם.

ווי פריער דערמאנט, איז דער בייק א גאר פאפולערער טראנספאטאציע מיטל אין פארשידענע גרויסע שטעט, ווי אין דער ווייטער מזרח, צוליב די ארימקייט, אדער אומגעהוירע טרעפיק. און אין יוראפ ווי עס איז סתם אזוי איינערקענט געווארן אלס חשובער טראנספאטאציע מיטל.

דאס איז דער ווארשיינליכער סיבה פארוואס אין אנטווערפן בעלגיע, איז דער בייק זייער אנגענומען אפילו ביים חסידישן ציבור (אויסער רביש אייניקלעך פארשטייט זיך).

פארהאן שטעט ווי דער בייק איז נישט אזוי פאפולער אלס טראנספאטאציע מיטל, אזוי ווי אין ניו יארק, ירושלים, וכד' אבער דאך איז עס נישט קיין אפגעפרעגטע זאך ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג.

די סיבה פארוואס עס איז נישט אזוי פרפולער אין די שטעט, איז אדער צוליב די בערגיגקייט אדער צוליב אנדערע פראקטישע אדער גאר קולטוריאלע סיבות.