בלאט 1 פון 1

איבערבעטן אדער אביוז?

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 2:16 pm
דורך moshav zekeinim
עס איז מיר א חידוש אז אזא פשוט'ע און פארשטענדליכער זאך ווי דאס פאררעכטן די געטון געווארענע אדער אנגייענדיגע עוולה כלפי דעם פערזאן וועם מען וויל איבערבעטן, ווערט ביי א גרויסער טייל פון היימישן עולם איגנארירט. מען פילט אז מען וויל נישט האבן קיין שונא ספעציעל אין די ימים נוראים אדער בעת צרה אדער מיט א שכן אדער קרוב מיט וועם עס איז נישט בעטעמט צו זיין צוקריגט., גייט מען דעריבער טיילמאל ארויף דרוקן א מחילה מכל הלב פונעם שונא אן קיין שום דעקונג (איך רעד נישט פון קיין פייער אפשטעל, אדער ווען ביידע ווילן לעבן בשלום). איך מיין אז ביי חרדים ווי דער עניין פון פיוס איז זעער הייליג, גייט מער אן דאס משוגעת פון איבערדעקן אן אנגייענדער עולה מיט א פיוס פאקט.

לדעתי איז דאס נישט נאר נישט קיין פיוס כהלכה, נאר אדרבה עס איז פשוט'ע אביוז.

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 2:55 pm
דורך וכדומה..
זאג, עפעס טוט דיר וויי?

Re: איבערבעטן אדער אביוז?

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 3:06 pm
דורך וויל קענען
מושב זקנים ביסט 100% גערעכט אבער כ’מיין אז ס’האט נישט מיט אונז אידעלעך דווקא די גאנצע וועלט איז אזוי מכ”ש אין די פליטישע גאס וואס אויב זאגט מען איים סארי איז מען אלעס מוחל
כ’מיין ערעב מושב אז אין דעי יארן מעג מען זיך שוין אויסלערנען צו צו צוריק פאטשען ווען מ’דארף אין נישט זיין אין אזא פאל א נייס מענטש און שאקעלען מיטן קאפ און נאך לאכן אויך און זאגן ניין האסט מיך אפילו נישט פארוואס איבערצובעטן וכו’

נשלח: זונטאג יוני 14, 2015 5:02 pm
דורך שמעקעדיג
סתם פאר אינטרעסאנטקייט