בלאט 1 פון 1

א וועד השלום צווישן חסידישע קריגערישע הויפן

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 10:49 am
דורך פרעגער
ת'הא ש'נת ע'ולם ה'שלום...
יעדער איז באקאנט מיט די שלום אקציעס וואס גייט לעצטנס פאר צווישן כל מיני קהילות וואס האבן זיך געריסן ביי די נעזער פאר לאנגע יארן און דורות.
בעלז מיט מאחנובקה. צאנז מיט סאטמאר (אפילו מהרז"ל). און מען זעט דאס אפילו ביי קליינע חצרות ווי סאדיגורא און נאך. ווי מען האט באשלאסן אז גענוג איז גענוג. גענוג געריסן נעזער. גענוג שלעק געטיילט. יעצט איז צייט פאר ריגעלע ריגעלע רוגז.
די שמחה וואס מען זעט ביי ביידע זייטן ווען א שלום אקציע איז סוקסעספול איז אין לשער. די רעליף\די סיפוק איז מורא'דיג. על אף אז א גוטע מחלוקת געבט אויך אסאך סיפוק (גוטע שלעק. גוטע שפיצלעך. א געלונגענע פסק דין. א מעכטיגע קאורט געווינס אד"ג) אבער דאס קומט נישט אן לקרסיליו פון די שמחה ווען מען מאכט שלום.
די גודל מעלת השלום איז באקאנט. הן מצד שמים. און אפילו מצדינו ווען עס איז אסאך גרינגער צו מסביר זיין פאר אונזערע קינדער פארוואס מען מאכט שלום. ווי צו מסביר זיין פאר קינדער פארוואס דא "מוז" מען זיך קריגן (מחלוקת ממש לשם שמים אן קיין "שום פניות"....).
א ביישפיל אין קאנטרי: איז נישט היינט גרינגער פאר דער בעלזער און מחנובקער צו זיין אין איין קאנטרי צוזאמען פאר 8 וואכן?
עס זענען נאך דא אפן אזויפיל מחלוקות צווישן חצרות. מחלוקת וואס זענען גארנישט מועיל פאר קיינעם. די פסק איז שוין דא. די סטאטוס פון די בניינים און פראפעטיס זענען שוין פיינעל. די מחלוקת וועט שוין מילא נישט טוישן די מציאות.
פארוואס אין אזא פאל נעמט מען זיך נישט מאכן שלום? וואלט עס נישט געווען בעסער פאר יעדעם?
איך וואונדער מיר אסאך פארוואס זאל זיך נישט שאפן א "וועד למען השלום". די וועד קען זיין פון נגידים\רבנים\עסקנים און וועלן ארבעטען צו מקרב זיין ביידע זייטן צו א עמק השווה.
טראכט אריין וויפיל גרינגער עס וועט מאכן פאר יעדעם. סיי פאר די רבנים\אדמורים וועלן שוין נישט דארפן האבן קאפוויי איידער זיי גייען צו א שמחה\דינער\אדער חתמ'נען א קול קורא.
וויפיל גרינגער וועט זיין פאר עסקנים אנצופירן סיי וועלכע מעמד. די רשימה איז גאר גרויס וויפיל עס וועט גרינגער מאכן פאר יעדעם.
איך רעד שוין נישט פון דעם וואס חז"ל זאגן אז דאס ברענגט ברכות ישועות פארן כלל און פרט. און איז מקרב די גאולה.
לדוגמא דא: viewtopic.php?p=286090#p286090
פארוואס טאקע זאלן די צוויי צדיקים זיך נישט צוקישן? וועמען שטערט דאס? וואס גייט מען דערלייגן?
אדער אין באבוב. מען האלט שוין נאכן פסק. דער צד וואס האט פארלוירן האט משלים געווען מיטן מצב. וואס איז יעצט?
און אזוי ווייטער. וואס זאגט איר?

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 11:20 am
דורך שבת אחים
אז מ׳רעדט שוין יא פון טוישן עפעס אינערהאלב די חסידות סיסטעם וואלט איך פארגעשלאגן גאָר עפעס אנדערש,

א יעדע פיר יאהר זאל אין יעדע קהילה זיין וואַלן ווער ס׳זאל זיין די CEO פון די קאמפני, א יעדער וואס באלאנגט צו די קהילה זאל זיין eligible צו לויפן, איינמאל א וואך ביי שאַלישידעס אנשטאט זאגן בויך טוירעס זאל יעדע מעמבער פון די קהילה קענען שטעלן דעם ״הויפט״ פראגעס פונקט ווי די מידיע און די פרעיס שטעלט קשיות פארן פרעזידענט ביי א פרעיס קאנפרענס,

פארוואס האסטו נישט אנגנומען די בחור אין ישיבה אריין? האַ????????

גענוג מיט די נערישע קינדערישע חסידותן וואס קיינער פארדינט גארנישט דערפון אויסער די עליטע פון כלל ישראל!, זאלן זיי אלע גיין ארבעטן אין בי ענד עיטש....

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 12:22 pm
דורך שמעון וואלף
שבת, די האסט פיינע פונקטען, כאטשיג נישט רעאליסטיש, אבער דאס געהערט נישט אין דעם אשכול

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 12:47 pm
דורך berlbalaguleh
פרעגער: א ייש,כ פאר דיין פ]תיחת האשכול. ס'איז א מורא'דיג שטארק נוצליכע פארשלאג. מי יתן והיה. אז ס'זאל זיך שאפן אזא וועד וואס זאללן ארבעטן פאר שלום צווישן חצרות האדמורי"ם און קהילות...ווי די משנה (אין סוף מס' כלים זאגט... "אין לך כלי מחזיק ברכה יותר מן השלום"...!
ס'לויפט יעצט א הערליכע סעריע אויף יו. טוב. (פון ארץ ישראל( מיט'ן נאמען ..."החצר"...ס'רעדט זיך פון צוויי אדמורי"ם פון חסידות ..."לייבניץ"...וואו דער יונגערער ברודער איז געווארן דער יורש פון די אדמורו"ת. און די חסידים פון עלטער'ן ברודער האלטן אין איין חותר זיין מחלוקת און שפיצלעך כדי אז זייער רבי זאלל איבערנעמען די אדמורו"ת...
נ.ב.: איך געב נישט קיין לינק. ווייל כ'בין א גרויסער ע"ה ווען ס'קומט צו די זאכן. אפשר ווייל כ'בין א פארצייטישער איד. נאך פון פאר'ן חרם דרבינו גרשום... :lol:

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 1:27 pm
דורך שבת אחים
שמעון וואלף האט געשריבן:שבת, די האסט פיינע פונקטען, כאטשיג נישט רעאליסטיש, אבער דאס געהערט נישט אין דעם אשכול


וועלוועלע זיסער
שכוח פאר די ווארימע ווערטער

ביזט טאקע גערעכט אז ס׳קומט נישט אריין אין די אשכול און טאקע זאפארט נאכדעם וואס די האסט מיך מעורר געוועהן האב איך געזאגט שטילערהייט דריי מאל ״ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד״ און איך בין מודה ומתודה אז ס׳איז א געפערליכע חוצפה פון מיין זייט אריינצורעדן אין אזא חשובע אינטעלעקטואל אשכול מיט ״אזויפיל״ תגובות זאכן וואס קומען בכלל נישט אריין דא.

לגבי מיין פאָרשלאַג וואס דו האלטס אז ס׳איז נישט רעאליסטיש וויל איך דיר אויסזאגן א גרויסע סוד: איך האלט אויך אז ס׳איז נישט רעאליסטיש! אבער איך האלט נאך אלץ אז אויב ס׳איז דא אזא זאך ווי א חסידות אין די מאדערן תקופה וואלט אזוי ווען געדארפט צו זיין! און נישט אז דער דיקטאטאר זאל מחליט זיין ווען ס׳קומט אויס גוט פאר אים זאל מען זיין צוקריגט מיטן ברודער/שוואגער און ווען ער שטייט אויף מארגן אויף די אנדערע זייט און ס׳קומט אים יעצט אויס בעסער עפעס אנדערש זאל יעדער מוזן מיטאנצן די נייע טאנץ און בלינדערהייט זיי נאָכפאָלגן זייערע מאדנע משוגעתן, און אסאך מאל כדאי מסביר צו זיין פאר מענטשען דארף מען נוצן אלע מיטלען מעגליך און צומאל נוצט מען א משל אדער א מעטאַפאָרע כדאי דער עולם זאל פארשטיין ווי screwed זיי זענען באמת!.

בד״וו אז איך רעדט שוין יא צו דיר האב איך דיך טאקע געוואלט פרעגן א זאך וואס באדערט מיך שוין לאנג, אלץ א ליבעראלע מענטש וואס זארגט זיך שטארק פאר אלע בעל חי׳ וואלט איך געוואלט וויסן ווילאנג נאך דו וועסט פייניקן דיין אוועטער? ווען איך קוק אויף דעם וואלף לויפט ער מיט אזא שרעקדיגן טעמפּו אז ס׳רייסט מיר דאס הארץ צוצוקוקן! באמת געסט אים אמאל א גלעזל וואסער אין אזעליכע היצן?
באלד וועסטו נאך טעהנ׳ן אז דעס קומט נישט אריין אין די אשכול און די וועסט נאך זיין גערעכט אויך! און נאכדעם וועלן קומען אלע אומאָפציעלע גבאים פונעם שטיבל די brownies פון קאווע שטיבל און מיר געבן א גראבע טיקעט פארן צומישן דעם אשכול :lol:

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 3:40 pm
דורך שמעון וואלף
לאמיר זיך אריבערכאפן צו דיסקאסירן מיין אוועטער

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=1443&start=400

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 6:28 pm
דורך שמעקעדיג
דער וואונטש צו מאכן וואלן יעדע 4 יאר פאר רבי'ס (אזוי ווי מען טוט פאר פרעזידענט א.א.וו.) וועט קיינמאל נישט מקויים ווערן, ווייל דער רבי איז דאך א קדוש וטהור (מרחם אמו), קען מען דען זיין א קדוש פאר בלויז 4 יאר און נאכדעם אפלאזן דעם קדוש און אויפנעמען א נייעם קדוש אשר לא ידע את קדוש וקדושים בכל יום כ'בין שוין אינגאנצן צומישט.

לגבי דעם נושא האשכול מיט א שלום פלאן, איך בין מסכים דערצו, עס איז גאר א פיינער פלאן, און טאמער קען מען מאכן עפעס געלט דערויף גיי איך אריין אין ביזנעס תיכף ומיד, אסאך מאל זענען שוין די רבי'ס מסכים צום שלום זיי זוכן זיך נישט קיין איבעריגע קאפ וויי, נאר די חסידים פארדרייען דעם קאפ, כידוע, בכלל נאך א שווערע מחלוקת איז זייער שווער שלום צו מאכן, ווייל דער צווייטער צד איז דאך א שגץ, א טיפש, א סטרא אחרא, גיי נעם יארן פון שמוציגע טיטלען און זיי עס מבטל כקליפת השום, די גאנצע אמונת צדיקים און איסור פון התחברות לרשעים וועט דאך אויסוועפן,

עכ"פ רוב עולם ווערט שנעל מיד פון א מחלוקת, מען וויל עס נישט, חוץ די פאר העצערס וואס לעבן אויף מחלוקת ווי פאראזיטן אויף מענטשנ'ס בלוט, כי הם חייהם ואורך ימיהם, אבער רוב נארמאלע מענטשן ווילן שטארק לעבן רואיג במנוחה, דער לעבן איז גענוג אנגעשטרענגט אזוי, צו וואס האלטן חשבון אויף וועלכע שמחה מען גייט יא אדער נישט - אין וועלכע ביהמ"ד מען גייט כאפן א מנין מעריב - וועלכע פלייש/מצה צו קויפן - אין וועלכע מוסדות צו שיקן - א.א.וו., יעדער וואלט געקענט באשטיין צו האבן א גרינגע אויסוואל. נאר ווי שטענדיג, וועט די עקסטרעמיזם זיגן, כדמתאמרא בשם צדיקים ווייל זיי ארבעטן פארן שקר "מיט אן אמת", משא"כ די שטילערע מענטשן געבן נישט קיין דעמם בלע"ז.

כ'רעד שוין צופיל, כ'האב געטרינקען א גרויסע לחיים היינט :P

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 6:48 pm
דורך הקטן
שבת אחים האט געשריבן:אז מ׳רעדט שוין יא פון טוישן עפעס אינערהאלב די חסידות סיסטעם וואלט איך פארגעשלאגן גאָר עפעס אנדערש,

א יעדע פיר יאהר זאל אין יעדע קהילה זיין וואַלן ווער ס׳זאל זיין די CEO פון די קאמפני, א יעדער וואס באלאנגט צו די קהילה זאל זיין eligible צו לויפן, איינמאל א וואך ביי שאַלישידעס אנשטאט זאגן בויך טוירעס זאל יעדע מעמבער פון די קהילה קענען שטעלן דעם ״הויפט״ פראגעס פונקט ווי די מידיע און די פרעיס שטעלט קשיות פארן פרעזידענט ביי א פרעיס קאנפרענס,

פארוואס האסטו נישט אנגנומען די בחור אין ישיבה אריין? האַ????????

גענוג מיט די נערישע קינדערישע חסידותן וואס קיינער פארדינט גארנישט דערפון אויסער די עליטע פון כלל ישראל!, זאלן זיי אלע גיין ארבעטן אין בי ענד עיטש....

א גיטער פלאן, אבער דאס דארף ציגיין אויף א דעמעקראטישע אופן
פארוואס עפעס אין יעדע קהילה זיין וואַלן?
נאר די סארט קהילות וואס ווילען האבן אזא סארט רבי זאלן מאכן וואלען.

די וואס דארפן אינגאנצען נישט קיין רבי, יהיו להם אשר להם
די וואס ווילען האבן א רבי אויף די אלטע שטייגער, לאז געמאכט


איז פארוואס נישט שבת אחים מאכסטו נישט א שבת אחים מיט אפאר אחים לדעה צו קרוינען אזא סארט חסידות/רבי - אויב דאס וועט זיך איינגעבען וועלן דאס אפשר אנדערע נאכמאכן
איך מאך נישט אוועק ח"ו דיין איבער געגעבנקייט און זיך זארגן לטובת הכלל

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 7:42 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:פרעגער: א ייש,כ פאר דיין פ]תיחת האשכול. ס'איז א מורא'דיג שטארק נוצליכע פארשלאג. מי יתן והיה. אז ס'זאל זיך שאפן אזא וועד וואס זאללן ארבעטן פאר שלום צווישן חצרות האדמורי"ם און קהילות...ווי די משנה (אין סוף מס' כלים זאגט... "אין לך כלי מחזיק ברכה יותר מן השלום"...!
ס'לויפט יעצט א הערליכע סעריע אויף יו. טוב. (פון ארץ ישראל( מיט'ן נאמען ..."החצר"...ס'רעדט זיך פון צוויי אדמורי"ם פון חסידות ..."לייבניץ"...וואו דער יונגערער ברודער איז געווארן דער יורש פון די אדמורו"ת. און די חסידים פון עלטער'ן ברודער האלטן אין איין חותר זיין מחלוקת און שפיצלעך כדי אז זייער רבי זאלל איבערנעמען די אדמורו"ת...
נ.ב.: איך געב נישט קיין לינק. ווייל כ'בין א גרויסער ע"ה ווען ס'קומט צו די זאכן. אפשר ווייל כ'בין א פארצייטישער איד. נאך פון פאר'ן חרם דרבינו גרשום... :lol:

ר' בערל, די סעריע פון 'החצר' איז שוין יאאאאארן אלט.
דער יונגערער ברודער, דער הייליגער קלוגער אדמו"ר, איז אוועק אפאר יאר צוריק.
למעשה איז די מעשה געבליבן שטעקן אינמיטן, ווען ס'נאר ארויסגעקומען איין 'עונה' - סעזאן.

חוץ אויב ס'איז ממש לעצטנס ארויסגעקומען די נייע סעזאן. אבער כ'מיין אז מ'האט זיך שוין מייאש געווען דערפון.

נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 10:07 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
די אלע מחלוקות׳ן זענען דאך לשם שמים. נישט אזוי האט מען דיר אויס געלערנט? וואס הייסט א ועד השלום. :roll:

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 12:41 pm
דורך קויפער
די שמועס דא איז פון רביסטעווע, א תרופה וואס איז געווארן א אנשיקעניש אין די לעצטע דורות, אבער אז מען קוקט אין פרשת שופטים לגבי אויפנעמען א מלך זעהט מען אז דער געדאנק איז א גויאישע געדאנק און א שטיקל בדיעבד לויט אסאך מפרשים, און אזוי טרעפט מען טאקע אין שמואל אז דער רצון צו האבן א מלך איז נישט געווען כהוגן, כי רעתכם רבה לשאול לכם מלך.

דער אברבנאל זאגט דריי טעמים פארוואס מען האט נישט געקענט ניצען דעמאקראטיע ביים אויסוועלן א מלך, זיין צווייטע טעם איז זייער נוגע, אז נאר איינער וואס איז באמת ראוי, נישט אביסל ראוי, האט געקענט זיין א מנהיג.