וואס טוט מען מיט אכזריים מיט רחמנות'דיגע פנים'ער?
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 6:47 pm
געווענליך איז זייער קלאר די רעאקציע צו אן אכזר (ווילאנג ער איז נישט גענוג שטארק פארשטייט זיך). איינמאל מען זעט א מענטש מיט א פרעכער באנעמונג און אכזריות'דיגער פנים, ברענגט עס ארויף הייס בלוט ביי די צושויער, און דער מענטש ווערט באלד קאטעקארעזירט אלס אכזר וועם מען דארף באקעמפן בחרב ובחנית, אדער לכל הפחות באשייגעצן אדער באטיטלען בכל לשונות גנאי.
זענען אבער פארהאן אזעלעכע מענטשן וואס you can't figure him out למ
עשה טוען זיי מעשה אכזריות בגדול, אבער מיט אזא אומשולדיג פנים אז מען ווייסט פשוט נישט וויאזוי צו רעאגירן. דער אומשילדיגע פנים קען זיין עד כדי כך אז אפילו דער נרדף ווייסט זיך נישט וויאזוי צו פארטיידיגן.
צווישן די אומשילדיגע אכזריים זענען פארשטייט זיך פארהאן מכל הסיגים. פארהאן אזעלעכע וואס עס איז באמת א שאלה צו זיי זענען טאקע אכזריים, און פארהאן וואס זענען בלי ספק אכזריים אבער פארשטייען פשוט נישט אז זיי באגייען א עוולה, און פארהאן וואס ווי נישט ווי פארשטייען זיי אבער שטעלן אן א פנים.
אבער דאס מאכט באמת נישט אויס, ווייל איינמאל דער רודף איז אזא סארט וואס אנערקענט נישט אז עס איז פארהאן א קעגנערשאפט צו זיינע מעשים איז די וועלט הפקר.
אבער פארשטייט זיך אז איך באצי זיך צו אזעלעכע וואס לית מאן דפליג אז זיי טוען עוולות, אבער ביודעין אדער בלא יודעין פארגלעטן זיי דאס מיט זייער רחמנות'דיגער אדער אומשולדיגע פנים, וואס איז מונע צו ברענגען זייער עולה צו גערעכטיגקייט.
וויאזוי באהאנדלט מען אזעלעכע ברואים?