בלאט 1 פון 1

אפשר איז שוין צייט פאר קאווע שטיבל צו נעמען א סטאטוס?!

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 10:26 pm
דורך moshav zekeinim
קאווע שטיבל האט זיך גענומען א מהלך, אז זיי זענען נאטראל, דא קען מען שרייבן סיי מיט די גאנצע משכילישע ברייטקייט באדערליין אמונה, און סיי מיט די פארפרומסטע כאראקטער. קאווע שטיבל איז נייס.

מיין שאלה איז נאר, פארוואס זאל קאווע שטיבל געבן א מכובד'דיגער פלאטפארם פאר די נאכשלעפער פונעם סיסטעם וואו אויסצורומען זייערע מנהיגים ורבנהם, בעת זיי האבן דיך פיינט און שפייען דיר אויס, פארן בלויזן חטא פון זיין וואס דו ביסט און פארן אקצעפטירן אנדערע שטרעמונגען וואס איז נישט לרוחם. פארוואס מאכן אזא שיין נאטראלער פנים צו זיי ווען זיי זענען מוכן דיר צן צורייסן לעבעדיגערהייט?!

און אגב, האבן די סיסטעם נאכשווענצלער נישט גענוג פלאטפארמעס וואו צו שרייבן זייערע אנשויאונגען אז זיי דארפן קומען אין קאווע שטיבל שרייבן. איז נישטא גענוג וואו אויסצורימען דעם סאטמאר רב און הרב קאניעבסקי'ן נאר און קאווע שטיבל?!

מיט די גאנצע רעספערט פארן זיך וועלן האלטן נאטראל און אביעקטיוו, אבער זיין נייס און אויפריכטוג האט אויך א שיעור. לדעתי דארף קאווע שטיבל נעמען א סטאטוס. כאראקטערס און שיטות וואס שפייען דיר אויס, דארף נישט דא אריין געלאזט ווערן.

כמאמר החכם: "אז מען ווארפט דיר ארויס, בוי דיר אן אייגענער הויז"

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 11:01 pm
דורך [NAMELESS]
דער סטאטוס פון 'אייוועלט' איז, אז מען האקט נישט אנטקעגן דעם סיסטעם, און אודאי נישט אנטקעגן אזעלכע צדיקים ווי סאטמארער רב אדער רבי חיים קנייבסקי.

דער סטאטוס פון 'קאווע שטיבל' איז, אז מען האקט אנטקעגן דעם סיסטעם, אבער לאו דוקא אנטקעגן אזעלכע צדיקים ווי סאטמארער רב אדער רבי חיים קנייבסקי.

דער סטאטוס פון 'פאליש' איז, אז מען האקט אנטקעגן אזעלכע צדיקים ווי סאטמארער רב אדער רבי חיים קנייבסקי. אבער פונקט אזוי אנטקעגן גאט.

דער סטאטוס פון 'moshav zekeinim' איז, צו האקן אנטקעגן אזעלכע צדיקים ווי סאטמארער רב אדער רבי חיים קנייבסקי, אבער לאו דוקא אנטקעגן גאט. אזעלכע מענטשן ווי דיר, קענען זיך טאקע שווער טרעפן דאס פלאץ ערגעץ. אפשר עפנסטו אויף אן אייגענעם וועבזייטל, אדער האק אויך אויף גאט און שרייב אויף 'פאליש'.

Re: אפשר איז שוין צייט פאר קאווע שטיבל צו נעמען א סטאטוס?!

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 11:08 pm
דורך יואב
 
נאוי פריקען וועי!

אט טאקע דאס איז די שיינקייט פון קאווע שטיבל. א ווירטואלע געזעלשאפט וואס לאזט שווימען איבער אירע גרעניצן יעדעס באשעפעניש וואס קען דעם פרוכט וועלכן מ'נוצט פאר די ד' מינים.( אויך פאר א סיבה) יעדער חוץ א טראלל, פון נטורי קרתא ביז גענצליכע כופרים און יעדער קאטעגאריע אדער דוקא נישט קאטעגאריע אינדערמיט.


חוץ מזה מיין איך אז פון צווישן די קלענסטע פראבלעמען פון אונזער סיסטעם איז דאס באשרייבן אין א פאזאטיווער ליכט דעם סאטמערער רבי אדער רב קנייבסקי.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 11:29 pm
דורך ליפא
ביז גענצליכע כופרים?

פון א ווארט צום צום נייעם מעמבער

א דריטער פאל איז א זאך וואס האט נישט קיין פלאץ אין א חרדי'שן פארום‚ ווי כפירה און ניבול-פה. אין אזא פאל וועט די הודעה געמעקט ווערן במוקדם האפשרי.

Re: אפשר איז שוין צייט פאר קאווע שטיבל צו נעמען א סטאטוס?!

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 11:37 pm
דורך יואב
ליפא האט געשריבן:ביז גענצליכע כופרים?

פון א ווארט צום צום נייעם מעמבער

א דריטער פאל איז א זאך וואס האט נישט קיין פלאץ אין א חרדי'שן פארום‚ ווי כפירה און ניבול-פה. אין אזא פאל וועט די הודעה געמעקט ווערן במוקדם האפשרי.

שטייט נישט קיין ווארט אז כופרים זענען נישט ערלויבט צו שרייבן. שטייט מ'טאר נישט שרייבן כפירה, גענוי ווי מ'טאר נישט שרייבן קיין ניבול פה. איך וואלט געזאגט אז ס'איז נאך דא אזויפיל וואס ליגן אין טינופת ווי אין כפירה.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

Re: אפשר איז שוין צייט פאר קאווע שטיבל צו נעמען א סטאטוס?!

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 11:38 pm
דורך יואב
כפול

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 11:53 pm
דורך ליפא
אקעי אבער אויב כופרים שרייבן נישט כפירה וואס דעמאלטס פעלט אויס צו נוצן דעם טערם? א כופר וואס שרייבט ווי א איד לאז עס זיין מיט א גוטן טעם, אלא מאי...

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 11:58 pm
דורך וכדומה..
יא, מיר איבלט אויך דעי לעצטיגע אויפרייס אין אנשי שם אשכולות,
נו מוז איך מיר באנוצן מיטן 'צייכן אן פארומס אלס געליינט' קנעפל...

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 6:06 am
דורך moshav zekeinim
וועלעכע סארט אשכולות אין אנשי שם איבלט דיר?