בלאט 1 פון 2
וואלסטו געגלייבט אז דיין טאטע איז א מאלעסטער?
נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 6:28 pm
דורך יתרו
פארהאן צומאל פעלער ווען א איד ווערט באשולדיגט מיט מאלאסטעשן דורך א צווייטער יחיד, און עס קומען אפיר מענטשן וואס זאגן אז איך קען דעם באשולדיגטן און עס איז קלאר נישט אמת ווייל ער איז אזא נארמאלע מענטש, ער איז דאך אזוי ערליך, קיינער האט אים קיינמאל נישט באשולדיגט מיט אזא אקט, דער באשולדיגער איז א משוגענער וכו' וכו'ת. קומען אנדער חכמים און זאגן "יוא נעווער נאו", כבר היו לעולמים אז נארמאלע מענטשן האבן מאלעסטעד, כבר היו לעולמים אז ערליכע אידן האבן מאלעסטעד, כבר היו לעולמים אז אפילו עס איז נאר געווען איין באשולדיגער דאך איז די מעשה געווען אמת.
מיין שאלה צו די חכמים איז אזוי, ווי אזוי וואלסטו געהאנדלט ווען עס קומט א יחיד און זאגט אז דיין טאטע (וואס די קענסט אים אלץ אן העכסט נארמאלער מענטש) האט אים מאלעסטעד אלץ אינגל? די קענסט דעם באשולדיגער און די האסט א מהלך פארוואס עס קען זיין אז ער מאכט א בלבול, וואלסטו מסופק געווען אז דיין טאטע איז א מאלעסטער ? אדער די וואלסט געווארט אויף הארטע באווייזן אז יש דברים בגו?
מיין פוינט איז אז די חכם ביזט אויך מודה אז עס איז דא פעלער ווען די וואלסט געזאגט מיט א כמעט-זיכערקייט "דער מענטש איז העכסט נארמאל און ערליך, און עס מאכט נישט קיין סענס אז עס איז אמת", טא פארוואס האסטו טענות ווען מענטשן רעאגירן אזוי ביי אנדער פעלער, למשל ביי די טויבנפעלד פאל. נקודה למחשבה.
נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 6:37 pm
דורך וכדומה..
ביי א טאטע, אפילו סוועט זיין הארטע באווייזן וועלן די קינדער נאכאלס לייקענען. ווי די פאקט האט שוין אויפגעוויזן, ממילא האסטו גארנישט געזאגט.
Re: וואלסטו געגלייבט אז דיין טאטע איז א מאלעסטער?
נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 6:46 pm
דורך דעת תורה
איטס די אדער וועי אראונד. אויב דו וואלסט געגלייבט אויף א צווייטן, וואס עס מאכט אויף אים די זעלבע סענס ווי אויף דיין טאטן, פארוואס זאלסטו נישט גלייבן אויף אים? קען זיין ע"פ הלכה איז הארבער צו גלייבן אויף א טאטן, און כ'רעד נישט הלכה'דיג. אבער לאגיש איז אזוי.
די לאגיק פון די ארגומענט פונעם פותח האשכול איז אזוי מופרך אז איך פארשטיי נישט דקארי לה מאי קארי לה.
נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 6:49 pm
דורך יתרו
וכדומה.. האט געשריבן:ביי א טאטע, אפילו סוועט זיין הארטע באווייזן וועלן די קינדער נאכאלס לייקענען. ווי די פאקט האט שוין אויפגעוויזן, ממילא האסטו גארנישט געזאגט.
איך רעד פון אידן וואס ווען עס איז דא הארטע באווייזן וואלטן זיי יא מודה געווען, אפ"ה ווען עס איז נאר א באשולדיגונג וואלטן זיי עס נישט אנגענומען פאר אן אמת ווייל מען קען דעם מענטש און עס מאכט נישט קיין סענס.
און נאכאמאל מיין פוינט איז אויב פארשטייסטו אז די (וכדומה למשל) קענסט זיין און אזא מצב און די וועסט נוצן אזא טענה און די וועסט האלטן אז די ביזט גערעכט מיטן טענה, האב נישט קיין טענות אויף א צווייטן.
נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 6:54 pm
דורך יתרו
דעת תורה האט געשריבן:איטס די אדער וועי אראונד. אויב דו וואלסט געגלייבט אויף א צווייטן, וואס עס מאכט אויף אים די זעלבע סענס ווי אויף דיין טאטן, פארוואס זאלסטו נישט גלייבן אויף אים? קען זיין ע"פ הלכה איז הארבער צו גלייבן אויף א טאטן, און כ'רעד נישט הלכה'דיג. אבער לאגיש איז אזוי.
די לאגיק פון די ארגומענט פונעם פותח האשכול איז אזוי מופרך אז איך פארשטיי נישט דקארי לה מאי קארי לה.
די לאגיק איז אז עס איז דא א מצב וואס א מענטש קען אנעמן מיט א פשטות אז די מעשה איז נישט אמת ווילאנג עס איז נישט דא הארטע באווייזן
די לאגיק איז אז 50 יאר פון א מענטש אלצ אן העכסט נארמאלער ערליכער מענטש אן קיין שום ערעורים קען נישט אוועקגעבלאזן ווערן מיט איין מעשה פון א יחיד וואס יש לפקפק עליו
און די לאגיק פון די ארגומענט איז אז די אליינס האלסט אויך אזוי, ווען די האסט מער מאטיווציע אריינצונעמן דעם באשולדיגטן'ס צד און די עקוועיזשאן
נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 6:57 pm
דורך וכדומה..
אזוי ווי דעת תורה זאגט,
דאס אז סאיז דיין טאטע איז א סיבה פאר פארבלענדעניש און א סיבה פאר דינייעל אפילו סאיז יא אמת, ממילא וואס איז דיין טענה אז ביי דיין טאטע וואלסטו געלייקנט, דארט קומט דאך אריין נגיעות און דאס איז די סיבה פון לייקענען און נישט גלייבן,
נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 7:04 pm
דורך דענקער
קען זיין אז איך פערזענדליך וואלט נישט געגלייבט. אבער וואס האט דאס צו טון מיט אוועקמאכן די טענה פון דעם באשולדיגער בעיסט אויף מיין פערזענדליכע עקספעריענס און מיינונגען, כל עוד איך בין נישט דן די פאקטן פון די מעשה?
נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 7:09 pm
דורך יתרו
וכדומה.. האט געשריבן:אזוי ווי דעת תורה זאגט,
דאס אז סאיז דיין טאטע איז א סיבה פאר פארבלענדעניש און א סיבה פאר דינייעל אפילו סאיז יא אמת, ממילא וואס איז דיין טענה אז ביי דיין טאטע וואלסטו געלייקנט, דארט קומט דאך אריין נגיעות און דאס איז די סיבה פון לייקענען און נישט גלייבן,
פארגעט אבאוט דיין טאטע (וואס די זאגסט אז נגיעות שפילט א ראלע) און טראכט פון א חבר וואס די קענסט פאר דרייסיג יאר און די וואלטס עס נישט געגלייבט אן הארטע באוויזן , טרעף נאר איין חבר פון דיינע אלע חברים וואס אויף אים וואלסטו עס נישט געגלייבט אן ראיות מוכרחות (אויב ווואלסטו טאקע יא געגלייבט אויף יעדע חבר וואס די האסט דאן ביזטו גערעכט, אבער זוך דיך בעסערע חברים)
נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 7:11 pm
דורך יתרו
דענקער האט געשריבן:קען זיין אז איך פערזענדליך וואלט נישט געגלייבט. אבער וואס האט דאס צו טון מיט אוועקמאכן די טענה פון דעם באשולדיגער בעיסט אויף מיין פערזענדליכע עקספעריענס און מיינונגען, כל עוד איך בין נישט דן די פאקטן פון די מעשה?
מען רעדט דאך ווען עס איז נישטא קיין פאקטן עס איז סך הכל ער זאגט און ער זאגט.
נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 8:29 pm
דורך shem-tov
זייער א שיינער צודרייטע אשכול פאר תשעה באב נאכמיטאג. סמאכט נישט קיין טראפ סענס צו דיבעיטן אזא זאך דא אין ק"ש איך האף צו זעהן א שלאס
Re: וואלסטו געגלייבט אז דיין טאטע איז א מאלעסטער?
נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 8:33 pm
דורך א איד
Shem-tov קוקט אויס אז דו פאסט שווער
עס איז זייער א נארמאלע אשכול, נאך אזוי נארמאל ווי כמה וכמה אשכולות דא אין קאווע שטיבל
Re: וואלסטו געגלייבט אז דיין טאטע איז א מאלעסטער?
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 3:09 am
דורך סביב העולם
shem-tov האט געשריבן:זייער א שיינער צודרייטע אשכול פאר תשעה באב נאכמיטאג. סמאכט נישט קיין טראפ סענס צו דיבעיטן אזא זאך דא אין ק"ש איך האף צו זעהן א שלאס
ווען איינער וועט דיר קימען זאגן אז דיין טאטע איז א מלעסטער וועסטו אפילו אים יום הקדוש עפענען אזא אשקול
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 8:11 am
דורך [NAMELESS]
סביב העולם האט געשריבן:shem-tov האט געשריבן:זייער א שיינער צודרייטע אשכול פאר תשעה באב נאכמיטאג. סמאכט נישט קיין טראפ סענס צו דיבעיטן אזא זאך דא אין ק"ש איך האף צו זעהן א שלאס
ווען איינער וועט דיר קימען זאגן אז דיין טאטע איז א מלעסטער וועסטו אפילו אים יום הקדוש עפענען אזא אשקול
הייסט עס אז לויט דיר האט עס יתרו געעפענט ווייל איינער האט געזאגט/די גאס זאגט אז זיין טאטע איז א מעלעסטער?
זאלסט מיר אנטשולדיגן אבער איך קען נישט זעען במציאות אז א קינד פון ט. אדער עני אנדערע מענטש אויף וועם עס איז דא אזעלכע אלעגעישענס זאל עפענען אזא אשכול!
נאר אזוי ווי עני אנדערע אשכול איז דא וואס האלטן אז עס איז א נער׳ישע אשכול און עס איז דא וואס האלטן אז עס איז א קלוגע אשכול און עס האט גארנישט מיט יא טאטע, נישט טאטע - יא זאגן נישט, זאגן נישט זאגן - יא יום כיפור, נישט יום כיפור וכו׳, נאר יעדער האט א אנדערע מין מהלך המחשבה.
Re: וואלסטו געגלייבט אז דיין טאטע איז א מאלעסטער?
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 8:21 am
דורך יהושע חיים
געהערט אמאל פון א מגיד שיעור אז ער האט געפרעגט א גדול וויאזוי צו לערנען די צענזאריטע חלקים פון די תורה כדוגמת ראובן בלאה דוד בת שבע ועוד האט עהם דער גדול גענפערט אז די דארפסט זיך פארשטעלען אז ער איז דיין טאטע וואס אפילו מיט הארטע באווייז וואלסטו געטראפן א וועג עס מצדיק צו זיין
אבער בעצם איז דער מהלך נישט אמת ווייל דאס וואס ער איז מצדיק זיין טאטע איז פשוט נוגעות און אמת איז ווען מען קוקט דער טאטע נישט אלס טאטע
למעשה די מערסטע אויפריכטוג וואלט איינער גע'פסק'ט ווען די רעדע איז א איד און זיין בית מדרש אבער נישט קיין נאנטע חבר (לדוגמה א איד וואס וואלט געווען כשר צו טעסטן משיכיר) איך מיין דא וועט מען זיין די מערסטע אקאראט די ווילסט נישט עס זאל זיין אמת אבער עס ברענט דיר נישט און נאכמער די קענסט עהם פאר א נארמאלע מענטש
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 9:12 am
דורך גאלד
ס'וואלט געווען אזוי הימלשרייענד פיינפול פאר מיר אז מיין "נאטורליכע נגיעה" וואלט מיך נישט געלאזט מקבל זיין ביז איך האב הארטע באווייז
די זעלבע פארקערט ווען א חסיד-העיטער הערט א נייעס אז א רב איז א מאלעסטער, איז עס אזא קורת רוח פאר איהם אז זיין "נאטורליכע נגיעה" בייגט איהם צו גלייבן אן קיין שום באווייז
Re: וואלסטו געגלייבט אז דיין טאטע איז א מאלעסטער?
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 10:25 am
דורך יהושע חיים
הוא אשר דברנו אז די מערסטע אמת'ע בליק האט מען אויף איינער שרגיל עמו קצת
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 12:43 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
פריעד באטשי האט געשריבן:סביב העולם האט געשריבן:shem-tov האט געשריבן:זייער א שיינער צודרייטע אשכול פאר תשעה באב נאכמיטאג. סמאכט נישט קיין טראפ סענס צו דיבעיטן אזא זאך דא אין ק"ש איך האף צו זעהן א שלאס
ווען איינער וועט דיר קימען זאגן אז דיין טאטע איז א מלעסטער וועסטו אפילו אים יום הקדוש עפענען אזא אשקול
הייסט עס אז לויט דיר האט עס יתרו געעפענט ווייל איינער האט געזאגט/די גאס זאגט אז זיין טאטע איז א מעלעסטער?
זאלסט מיר אנטשולדיגן אבער איך קען נישט זעען במציאות אז א קינד פון ט. אדער עני אנדערע מענטש אויף וועם עס איז דא אזעלכע אלעגעישענס זאל עפענען אזא אשכול!
נאר אזוי ווי עני אנדערע אשכול איז דא וואס האלטן אז עס איז א נער׳ישע אשכול און עס איז דא וואס האלטן אז עס איז א קלוגע אשכול און עס האט גארנישט מיט יא טאטע, נישט טאטע - יא זאגן נישט, זאגן נישט זאגן - יא יום כיפור, נישט יום כיפור וכו׳, נאר יעדער האט א אנדערע מין מהלך המחשבה.
פון יעצט און ווייטער דאפען אלע אשכולות ווערן פרי-אפרואווד דורך די אומאפיציעלע ק"ש פאליציי
ביטע טשעק א באקס:
[ ] צודרייטע אשכול
[ ] האלב צודרייטע אשכול, נאר דדארכלאזען ווייל ס'שטיל אין שטיבעל
[ ] אמונה אשכול, הערמעטיש פארמאכען ווייל מיין מוח קען נישט דערהייבען
[ ] געלונגענער אשכול, דארף זיין די ערשטער אויף אקטיווע אשכולות
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 12:52 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב גע׳טענה׳עט פונקט פארקערט ווי דיר, עס איז (כמעט) נישטא אזא זאך ווי א קלוגע אדער נערישע אשכול, נאר וואס דען? יעדע ליינער/שרייבער האט א אנדערע מהלך המחשבה, אין א אשכול/ארטיקל וואס איז ביי איינעם זייער אינטרעסאנט קען זיין ביי א צווייטן זייער נעריש, איז דעריבער זייער אומפאסיג צו אטאקירן יענעם, האסט נישט הנאה? דריי דיר אויס און מאך א גרויסע יו-טורן, אטאקיר נישט יענעם.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 2:26 pm
דורך גאנצל
איך גלייב אז ווען שם טוב האט ווען א תירוץ אויף די קשיא פונעם פותח האשכול וואלט ער נישט געזאגט וואס ער האט געזאגט
נאר דעס איז א קשיא וואס שטעלט א קארנער פאר א נושא איז די בעסטע זאך שרייען נאריש און פערטיג
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 3:00 pm
דורך ציבעלע-קיגל
פונקט אזוי ווי עס זענען דא חכמים וועלעכע זאגען... יו נעווער נאו
דארפען זיי אבער אויך זיי גרעסערע חכמים און מודה זיין אז עס זענען דא אזעלעכע וועלעכע מאכען אויף די גאנצע מעשה משום איזה סיבה.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 4:42 pm
דורך [NAMELESS]
איך הייב נישט אן צו פארשטיין די שאלה, איך דשאדש מיין טאטע פונקט ווי א פרעמדע און וויפעל איך גלייב אויף א פרעמדער גלייב איך אויף מיין טאטע און פריינד.
פארשטייט זיך אז איך וועל טוהן אלסדונג אין די וועלט עם ריין צו וואשען און פארן גאס וועל איך עס פארלייקענען כמובן,
אבער איך בין שוין לאנג אויסגעוואקסן די סטעיטש פון מיין טאטע איז א גרויסע טאטי מיט א בלוטיגע פאסיג....
ער איז א מענטש פונקט ווי יעדער און מיט זיינע טעותים און סטראגלס און תאוות.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 4:57 pm
דורך יתרו
עמעזאן האט געשריבן:איך הייב נישט אן צו פארשטיין די שאלה,
כנראה פון דיין תשובה האסטו טאקע נישט פארשטאנען די שאלה, ליין איבער בעיון רב די דין ודברים און משא ומתן ביז אהער און אולי האי וכולי וועסטו פארשטיין די נקודה, און דאן אויב די שפירסט די כאפסט די נקודה, קענסטו מגיב זיין כטוב בעיניך.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 5:14 pm
דורך יתרו
מיין נקודה נאכאמאל, פאר די אלע וואס האבן עס נאכנישט געכאפט, איז אזוי:
עס זענען דא וואס זאגן אז ווען אימער עס איז דא עפעס א באשולדינגונג אויף וועם אימער פון וועם אימער איז יענער בחזקת ספק מאלעסטער "אפילו אן הארטע באווייזן" און מען קען נישט אוועקמאכן אזא באשולדינגונג מיט אזעלעכע אויסרייד "איך קען דעם מענטש גוט, איך קען אים פאר יארן, און עס איז נישט עולה על הדעת אז ער האט אזאנס געטאן" ווייל יעדע מין מענטש וועם די קענסט איז עלול אויף דעם.
צו אזאלעכע אידן זאג איך טראכט פון א נאנטע חבר (נישט קיין טאטע וואס די האסט פערזענליכע נגיעות) וואס אויף אים וואלסטו אויך געזאגט די זעלבע זאך אז "איך גלייב נישט אויף אזא מענטש, און עס איז מיר אפי' נישט בחזקת ספק ביז איך וועל זען הארטע באווייזן" ממילא לאך נישט אפ ווען א צווייטער זאגט די זעלבע זאך אויף איינעם וועם ער קען.
יעצט ווען איינער זאגט אז אפילו אויף זיין נאנטסטע חבר וואלט ער אויך געלייבט (עכ"פ אלץ ספק מאלעסטער) אפילו דער באשולדיגער איז נאר יחיד וואס האט נישט קיין באוויזן און איז האלב צודראדעדעלט דאן איז גערכעט מיט האבן טענות צו אנדערע (עכ"פ ער איז נישט קיין היפאקריט), אבער איך גלייב אז עס איז דא ווייניג אזעלעכע.
און צו די אלע וואס פארשטייען נישט קיין לאנגע דרשות וועל איך זאגן אין איין שורה, איך מיין אז רוב עולם איז מודה אז עס איז דא אזא געדאנק אז מען קען אננעמען אז איינער איז נישט קיין מאלעסטער בעסד אויף יענעם'ס פערזענליכקייט און היסטאריע.
און צו די אלע וואס זאגן אז עס איז א נארישע אשכול מן הסתם כאפט עטץ נישט די נקודה, בכל אופן קוקטס אויף די צווייטע חלק פון מיין חתימה...