קאנאדא פעדעראלע עלעקשאן, אקטאובער 19, 2015
נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:41 am
היינט צופרי האט דער קאנאדישער פריים מיניסטער און פירער פון די קאנסערוואטיווע פארטיי "סטיווען הארפער" אויפגעלעזט דעם פארלאמענט אריינפירנדיג קאנאדע אין די לענגסטע עלעקשאן קאמפיין אין היסטאריע פון.... דריי חדשים.
די וואלן סיסטעם אין קאנאדע, אזויווי אין אסאך לענדער גייט לויטן פארטיי, סטייטש דער פירער פון די פארטיי וואס געווינט דאס מערהייט פון די 308 פארלאמענט זיצן ווערט דער פירער פון לאנד, אבער אנדערש פון מדינת ישראל ווי מען שטימט בלויז פאר די פארטיי איז אין קאנאדע יא דא עקסטער וואלן אין יעדע ריידינג.
עס זענען פארהאן 18 רעגיסטרירטע פארטייען אין קאנאדע די דריי מערסטע פאפולער זענען
1. קאנסערוואטיווע פארטי אף קאנאדע, אין קורצן CPC, אונטערן פירערשאפט פון "סטיוון הארפער" , דער אמטירנדער פריים מיניסטער זינט 2006, באקאנט אלץ אויסגעשפראכענער רעכטער קאנסערוואטיוו, ווי אויך אלץ די גרעסטע שטיצער פון מדינת ישראל, זיין אפיציעלע ריידינג איז אין סאוטוועסט קאלגערי, אין די פראווינץ פון אלבערטא.
2. ניו דעמאקרעטיק פארטי, אין קורצן NDP, אינטער די פירערשאפט פון "טאמעס מולקעיר ", באקאנט אלץ שטארק לינקער ליבעראל, א שטייגער ווי אבאמא זיכט צו העכערן טעקסעס און האט מורא צו אנערקענען דזשיהאדיסטישע אטאקעס אלץ טעראר, וכדומה, זיין אפיציעלע ריידינג איז אין אוטרעמאנט מאנטריאל אין די פראווינץ פון קוויבעק.
3. ליבעראלע פארטי אף קאנאדע אין קורצן LPC, אונטער די פירערשאפט פון "דזשאסטין טרודאו" א יונגער פאליטיקאנט, זון פונעם געוועזענעם פריים מיניסטער "פיער עליאט טרודאו" (די אינטערנאציאנאלע עירפארט אין מאנטריאל הייסט נאך איהם) טרודאו איז אביסל צומישט מיט זיינע פאליסיס, ער וועט אייביג פרובירן צו זאגן וואס די וויילער ווילן הערן אפגעזעהן צו ער האט אפאר מינוט פריער געזאגט פארקערט, ווי למשל ער קען זאגן פאר אידישע שטיצער אז ער וועט שטיצן מדינת ישראל אין אלע אומשטענדן ווען אפאר טעג פריער האט ער באשגצט הארפער פאר זיין בלינדע שטיצע פאר ישראל, טרודאוס אפיציעלע ריידינג איז אין פאפינאו מאנטריאל אין די פראווינץ פון קוויבעק.
סטיווען הארפער'ס ערשטע קאמפיין ראלי איז פארגעקומען היינט נאכמיטאג אין די "בען ווידער אידישע צענטער " אין מאנטריאל, ביי זיין רעדע פארנט פון הונדערטע שטיצער האט ער באטאנט ווי שטארק די קאנאדישע עקאנאמיע האט זיך געהאלטן אונטער זיין רעגירונג, זיין שטארקע זיכערהייט פאליסי קעגן דזשיהאד אטאקעס אינדערהיים און ארום די וועלט, זיין שטארקע מדינת ישראל שטיצע, ווי אויך האט ער אוועקגעמאכט דעם ליבעראלן דזשאסטין טרודאו אלץ יונג און אומערפארן, און מאלקעיר פון NDP אלץ איינער וואס לעבט אין א דמיון א שטייגער ווי ער וויל העכערן טעקסעס אבער ווען ער ווערט געפרעגט וויפיל א קאנאדישע פאמיליע צאלט אין אינקאם טעקסעס ווייסט ער נישט, און נאך.
א היינטיגע פאול האט געגעבן פאר די קאנסערוועטיווס 32%, די NDP 30%, און די ליבעראלס 29%, וואס ווייזט אויף א גאר אנגעצויגענע פארמעסט וואס וועט זיך אויסקאכן אין די קומענדיגע 11 וואכן.
איטרעסאנט אנצומערקן איז אז צוויי פון די שטארק פאפולערע פארטייען פירער, טרודאו און מולקעיר קומען פון מאנטריאל קוויבעק, א פראווינץ וואס שלאגט זיך שוין יארן אפצוטיילן פון קאנאדע .