בלאט 1 פון 2
פארוואס פעלט אויס די רשעות?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 5:07 am
דורך שבת אחים
איך ווייס וואס איר טראכט שוין ווידער קומט דער אט״ד האקן אויף אונזער געזעלשאפט שוין ווייטער מיט זיין נעגיטיוויטי, אבער טייערע ברידער איך בעט אייך בכל לשון של בקשה הערטס מיך אויס א מינוט און געטס מיר א טשענס אייך צו אויפמערקזאם מאכן איבער גאר א וויכטיגע נושא וואס איז נוגע פאר יעדעם איינעם אין אונזער היימישע קאמיונטי.
לאמיר אייך דערציילן א אמתע מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט פארגאגענע וואך׃
ר׳ שמואל איז א ליבליכע חסידישע איד א בן ששים א וויואלער מיטגעמאכטער מענטש וואס ליידט זיך נעבעך אפ א פעקל צרות צרירות פון אלע זייטן, מיט דעם אלעם איז ער גאר א באטאמטער געשמאקער איד וואס האט שטענדיג א שמייכל אויף זיין פנים און אייביג א גוט ווארט און א גלייך-ווערטל און איז שטענדיג גרייט צו העלפן א יעדעם איינעם און איז א ריכטיגע נוח לבריות, ער זיצט בקביעות א יעדען טאג אין א געוויסע רעסטעראנט אין מאנסי און עסט זיין טעגליכע פת שחרית וואס באשטייט שוין יארן פון די זעלבע עסען אומגעטוישט אזוי ארום דארף ער ניטאמאל באשטעלן די עסען נאר די ארבעטארערס פון געשעפט ווייסן שוין אויסווענדיג וואס ער דארף און ווי נאר זיי זעהן ר׳ שמואל אריינקומען נעמען זיי זיך גלייך צו די עבודה,
אין א געוויסע צופרי ווען ר׳ שמואל איז אריינגעקומען אין געשעפט איז דארט געוועהן א צווייטע איד וואס איז פערצופאל אריינגעקומען דארט און ווען ער האט געזעהן אז ר׳ שמואל באקומט אויטאמאטיטש די עסען האט ער ממש נישט געקענט אויסהאלטן די חוצפה אז איינער איבערהיפּט די ליין און באקומט צו עסען פאר אים איז ער צוגעגאנגען צי ר׳ שמואל אין אים געזאגט די ווערטער: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס איר האט אזעלכע קינדער אז דו פירסט זיך אזוי אויף"!
ר׳ שמואל א מדקדק בקלה ובחמורה גייט זיך יעדען טאג טובלן אין מקוה און פארפעלט נישט קיין מנין דריי מאל א טאג, ער האט ליידער מעהר ווי איין קינד וואס איז אראפ פון אידישען וועג, זיי וואוינען נישט מיט אים צוזאמען און זיי האבן גאר ווייניג שייכות, אבער וואס קען ער נעבעך טוהן? ער עסט זיך דאס געזונט צוזאמען מיט זיין בני בית און די גאנצע משפחה פילט ווי א ביטערע טראגעידיע האט זיי באטראפן אבער ליידער זאגט ער אז אפאר מאל א וואך דערמאנען אים גיטע אידן וועגן זיינע קינדער און זיין פיין אזוי אז ער זאל ח״ו נישט פארגעסן און מסיח דעת זיין פאר א רגע פון זיינע ביטערע צרות!
איך וואלט אפשר געקענט פארשטיין ווען די ראצערס וואלטן אנגעשריגען אדער געמוסרט זיינע קינדער וואס זענען אטד און אראפ פון וועג אבער וואס ווילט איר פון דעם אומשולדיגן טאטן? וואס קען ער נעבעך טוהן? פון ווי שטאמט אזא פרעכע גרויליגע רשעות? וואס ווילט איר אויפטוהן מיט דעם? קיין איין אטד וועט נישט דורך דעם האבן געלייגט תפילין אדער האלטן שבת! וואס ווילט איר פון אזא איד וואס איז ארומגענומען מיט צרות פארוואס פעלט אויס צולייגן זאלץ אויף די וואונדען? און וויאזוי איז דעס אויסעגעהאלטן ע״פ תורה וואס איז מיט לשה״ר, רכילות, "לא תונו איש את עמיתו", "ואהבת לרעך כמוך", "לא יומתו אבות על בנים ובנים לא יומתו על אבות איש בחטאו יומתו"?.
טייערע ברידער איך בין נישט געקומען קאמפלעינען אין די אשכול כדרכי בקודש איך וויל אייך נאר אויפמערקזאם מאכן אז ווען איר זעהט א איד וואס האט א אט״ד קינד זאלט איר וויסן אז די עלטערן און די משפחה זענען שרוי בצער און ס׳קומט זיי נישט אן גרינג און זיי שעמען זיך גאר שטארק דערמיט איז ביטע זיך רעכענענן מיט זייערע געפילן! רעדסט ארום איבעראל דערפון און פארמערטס Public awareness וויאזוי אומצוגיין מיט עלטערן און משפחה וואס האבן אטד ברידער און שוועסטער, פרעגטס נישט די עלטערן וואס זייערע קינדער מאכן ווייל דעס דערמאנט זיי נאר פון זייערע צרות און זיי ווערן דורכדעם פארשעמט, רעקאמענדירט זיי אויך נישט קיין טערפיסטן און מישט אייך נישט אריין אין יענעמעס קישקעס און לאזט יעדעם לעבן ווייל סוכ״ס איז קיינער נישט פארזיכערט מיט זיינע קינדער אפילו יצחק אבינו האט געהאט א זוהן א אטד מיט דעם אלעמען האט ער אים זייער ליעב געהאט ווי אויך דער באר מים חיים זצוק״ל און דער אהבת ישראל זצוק״ל.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:52 am
דורך דריידל
אינטערעסאנט אז די האסט געזעהן אזא געפיראכץ ווייל איך האב נאך קיין איין מאל נישט געזעהן אז מ'זאל איינעם זאגן א שלעכט ווארט איבער זיין אטד קינד, חוץ די רבנים וואס זיי ווייסן פינקטליך פארוואס ס'קומט צו פון וואטסעפ אדער טעיסטערס טשויס קאווע. אונז פשוטע מענטשעלעך ווייסן אז קיינער איז נישט פארזיכערט און האבן מיטלייד מיט איינער וואס האט אן אפגעפארן קינד.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:02 am
דורך שבת אחים
דריידל האט געשריבן:אינטערעסאנט אז די האסט געזעהן אזא געפיראכץ ווייל איך האב נאך קיין איין מאל נישט געזעהן אז מ'זאל איינעם זאגן א שלעכט ווארט איבער זיין אטד קינד, חוץ די רבנים וואס זיי ווייסן פינקטליך פארוואס ס'קומט צו פון וואטסעפ אדער טעיסטערס טשויס קאווע. אונז פשוטע מענטשעלעך ווייסן אז קיינער איז נישט פארזיכערט און האבן מיטלייד מיט איינער וואס האט אן אפגעפארן קינד.
דער איד האט זיך צו מיר אויסגערעדט און ער האט מיר עס אליינס פארציילט די מעשה מיט טרערן אין די אויגן! לעצטענס ווען עס איז מיר אויסגעקומען צו פירן א לאנגע שמועס מיט אים, לויט אים הערט מען אים נישט אויף צו באדערן, ער האט געניצט די דאזיגע ווערטער ״אפאר מאל א וואך!״ איך בין זייער ערנסט!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:05 am
דורך קאווע טרינקער
ערשטענס כל, דו ביסט נישט קיין אט"ד ווילאנג דו האלטס נאך אז דער אהבת ישראל איז געווען גרעסער ווי די קדושת יום טוב און די מנחת אלעזר...
צווייטענס, לויט ווי דו פארציילסט עסט שוין אונזער ר' שמואל דארט יארן, און באקומט זיין פארציע אנע פרעגן. איך בין זיכער אז במשך די יארן האבן זיך זייער אסאך אנדערע come and go קאסטומערס זיך שטארק געוואונדערט און זיך אפילו גערעגט! סארא חוצפה דאס, יענער איז געקומען שפעטער און איך שטיי נאך און ווארט...
קען זיין אז צווישען די מענטשען זענען אויך געווען אזעלכע וואס האבן געטראכט אז צוליב שמואל'ס חוצפה'דיגע מידות האט ער טאקע אזא צרות'דיגע שטוב. - בכל אופן במשך די אלע יארן האט אים קיינער קיינמאל נישט געזאגט א ווארט!
פארוואס טאקע? ווייל די אלע מענטשן זענען אויפגעצויגן געווארן מיט public awareness.
האט זיך געמאכט לעצטענס, א הונגעריגע נערוועזע איד, מיט נישט די בעסטע מידות, און איז ארויס פון קאנטראל אין געזאגט א סטעיטמענט וואס אחוץ אויב ער איז א רשע, האט ער אוודאי חרטה געהאט תוך כדי שאילת שלום.
ממילא, פארשטיי איך נישט פארוואס נאכן באשרייבן די געפערלעכע אינצידענט, טוישט זיך דיין לשון פון יחיד צו רבים, און כדרכך ביסטו משלב אלע פראבלעמען מענין לעניין. עכ"פ, דיין חשש אז מ'וועט דיך שוין ווייטער אנקוקען אלץ א "האקער" (מיט א פתח), - נישט איך חלילה - איז אפשר אויך לעגיט ביי דעם אשכול.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:12 am
דורך שבת אחים
קאווע טרינקער האט געשריבן:ערשטענס כל, דו ביסט נישט קיין אט"ד ווילאנג דו האלטס נאך אז דער אהבת ישראל איז געווען גרעסער ווי די קדושת יום טוב און די מנחת אלעזר...

ער זאגט דאך אז ס׳איז מעהר ווי איינער, ליידער איז דא אסאך מענטשען מיט שלעכטע מידות און ווייניג שכל,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:16 am
דורך קאווע טרינקער
דאס האסטו יעצט צוגעלייגעט. און ס'איז שקר!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:24 am
דורך שבת אחים
קאווע טרינקער האט געשריבן:ערשטענס כל, דו ביסט נישט קיין אט"ד ווילאנג דו האלטס נאך אז דער אהבת ישראל איז געווען גרעסער ווי די קדושת יום טוב און די מנחת אלעזר...
איך האלט אזוי? דער מנחת אלעזר האט אליינס אזוי געהאלטן, ער פלעגט דאך געבן זיינע שווערע קוויטלעך פארן סבא קדישא דער אהבת ישראל זצוק״ל, און ער פלעגט אים מאכן יעדע וואך שבת א מי שברך, ווי אויך איז באקאנט די מעשה אז מ׳האט אמאל פארגעהאלטן דעם מנחת אלעזר פארוואס ער האקט אויף א יעדעם וואס שטיצט אגודה חוץ אויפן אהבת ישראל האט ער געזאגט ״ישראל אע״פ שחטא ישראל הוא"!, זכותם יגן עלינו.
צוריק צו די ארגינעלע נושא פונעם אשכול...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:26 am
דורך שבת אחים
קאווע טרינקער האט געשריבן:דאס האסטו יעצט צוגעלייגעט. און ס'איז שקר!
הלואי וואלט עס טאקע נישט געוועהן אמת, אבער דער איד זאגט אנדערש.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:30 am
דורך קאווע טרינקער
שבת אחים האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:דאס האסטו יעצט צוגעלייגעט. און ס'איז שקר!
הלואי וואלט עס טאקע נישט געוועהן אמת, אבער דער איד זאגט אנדערש.
חלילה, נישט דו זאגסט ליגנעט! חס ושלום!
יענער איד, ר' שמואל, איז א שקרן.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:39 am
דורך שבת אחים
קאווע טרינקער האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:דאס האסטו יעצט צוגעלייגעט. און ס'איז שקר!
הלואי וואלט עס טאקע נישט געוועהן אמת, אבער דער איד זאגט אנדערש.
חלילה, נישט דו זאגסט ליגנעט! חס ושלום!
יענער איד, ר' שמואל, איז א שקרן.
קען זיין, אבער איך זעה נישט קיין סיבה שבעולם פארוואס ער זאל זאגן ליגענט, חוץ מזה איז ער גאר א ערליכע איד וואס האט חזקות כשרות
און וואלט אזא ליגענט (לכאורה) קיינמאל נישט געזאגט!
Re: פארוואס פעלט אויס די רשעות?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:44 am
דורך יהושע חיים
ליידער קען מען זאגן אז ביי אינז טראכט מען פאר דעם און דאס האט ער אזאליכע קינדער אבער אפילו מען זאגט גארנישט טראכטען אסאך אידן אזוי און אין מיינע מיינונג איז דאס א געפערליכע פאברעך וואס איז ער שילדיג ער וויינט נאך מער ווי די איז נישט דא אידן בעלי מידות טובות מדקדקים בקלה כחמורה און האבן אויך ליידער קינדער א טי די וואס וועט זיין דיין ענפער אויף זיי
עס איז שוין הויך צייט אויפציהערן אפצוסטעמפלן אחב"י
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:57 am
דורך שבת אחים
יהושע חיים האט געשריבן:ליידער קען מען זאגן אז ביי אינז טראכט מען פאר דעם און דאס האט ער אזאליכע קינדער אבער אפילו מען זאגט גארנישט טראכטען אסאך אידן אזוי און אין מיינע מיינונג איז דאס א געפערליכע פאברעך וואס איז ער שילדיג ער וויינט נאך מער ווי די איז נישט דא אידן בעלי מידות טובות מדקדקים בקלה כחמורה און האבן אויך ליידער קינדער א טי די וואס וועט זיין דיין ענפער אויף זיי
עס איז שוין הויך צייט אויפציהערן אפצוסטעמפלן אחב"י
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
איך ווייס נישט צו דו רעדסט צו מיר איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו מיינסט צו זאגן, איך האב אין די אשכול נישט אפגעסטעמפעלט קיינעם און מיין מאטיוו מיט די אשכול איז נישט צו האקן אויפן סיסטעם ווי איידער ברענגען Awareness צום עולם! איך האלט אז מ׳דארף זיין זייער פארזיכטיג מיט אזעליכע אידן און וואטשען וואס מ׳רעדט קעגן זיי און טאמער וועט עס נאר צוריקהאלטן איין מענטש פון זאגן א קרום ווארט פאר אזא טאטע האט זיך אלעס געלוינט!
Re: פארוואס פעלט אויס די רשעות?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 9:09 am
דורך יהושע חיים
איך האב נישט געמיינט דיר איך האב געמיינט דער איד וואס האט מבייש געווען ר שמואל
ער האט געזאגט אזאך וואס אסאך אנדערע טראכטען ער איז נישט געווען גערעכט מיטן זאגן דאס געט אבער נישט רעכט פארוואס זייער אסאך מענטשן זאגן עס נישט אבער טראכטען טראכטען זיי נישט אנדערש ווי דער שרייער און אויף דעם זאג עס איז שוין צייט אפצישטעלן די מיינד סעט
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
Re: פארוואס פעלט אויס די רשעות?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:55 am
דורך ירא שמים
דער אהבת ישראל האט געהאט א אפגעפארענע זון ?
Re: פארוואס פעלט אויס די רשעות?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 11:03 am
דורך mevakesh
א זוהן נישט אפשר א טאכטער הגם איך מיין אז נישט אטד פשוט מער מאדערן
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 12:09 pm
דורך שבת אחים
mevakesh האט געשריבן:א זוהן נישט אפשר א טאכטער הגם איך מיין אז נישט אטד פשוט מער מאדערן
איך מיין אז דו מישט דא אויף די יוצרות, איך בין נישט הונדרעט פראצענט זיכער, אבער אזוי האב איך געהערט ער האט דאכצעך געהאט צוויי טעכטער וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאַן, איינע איז געוועהן ווי דו זאגסט אביסל מאדערן און די אנדערע אינגאנצן פריי, כך שמעתי,
Re: פארוואס פעלט אויס די רשעות?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 1:06 pm
דורך mevakesh
@שבת קען זיין אבער אהן נעמען איז שווער דן צו זיין
אגב האב איך געהערט אמאל אז רבי מאטעלע האט געזאגט פאר איינעם אז די זיידע האט געהאט שוואכע טעכטער די טאטע האט געהאט בעסערע און איך האב שוין נאך בעסערע....
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 1:53 pm
דורך לית דין בר נש
די לייק איז פאר ר' מאטעלע נישט פאר דיר
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 2:23 pm
דורך יהושע חיים
דער אמרי חיים האט געהאט מאדערנער טעכטער אפשר מישט מען דא אויף
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 2:28 pm
דורך פארוואס?
mevakesh האט געשריבן:@שבת קען זיין אבער אהן נעמען איז שווער דן צו זיין
אגב האב איך געהערט אמאל אז רבי מאטעלע האט געזאגט פאר איינעם אז די זיידע האט געהאט שוואכע טעכטער די טאטע האט געהאט בעסערע און איך האב שוין נאך בעסערע....
אוי וויי, עס כאפט א ציטער ווי אזוי זיין זוהן'ס טעכטער וועלן ארויסקומען...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 3:19 pm
דורך שבת אחים
יהושע חיים האט געשריבן:דער אמרי חיים האט געהאט מאדערנער טעכטער אפשר מישט מען דא אויף
אין די אשכול "'רבי'שע קינדער .vs פשוט'ע קינדער" האט מען שוין באהאנדלט איבער די נושא, סיי דער אמרי חיים און סיי דער אהבת ישראל האבן געהאט א אטד טאכטער, די אמרי חיים׳ס יונגסטע טאכטער צפורה וואס לעבט נאך איז געוועהן אלע יארן א מחלל שבת בפרהסיא און געוואוינט אין א לינקע פרייע קיבוץ.
זעה וואס איך האב דא געשריבן
viewtopic.php?p=294321#p294321
Re: פארוואס פעלט אויס די רשעות?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 3:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לאמיר פאר א מינוט אננעמען אז מ'מעג יא אפסטעמפלען, אז אונאת דברים איז גאר א מצוה און דער טשעפעניאק האט גוט צוגעטראפען צו א געפערליכע עוולה אז א מענטש א שטענדיגע איינקויפער אין א געשעפט באקומט בעסערע סערוויס דערפאר. יעצט איז דער נידערטרעכטיגער פרעסער וואס ס'רעגט איהם צו ווארטען א פאר איבעריגע סעקונדע'ס פאר זיין עסן יא גערעכט? עפעס א לאגיק האט עס יא?
אלא מאי? מ'רעדט פון א טפש מרחם אמו. נו, וואס וויל מען פון איהם. די זעלבע טפשות וואס מאכט איהם אזוי טראכטען לאזט איהם נישט כאפען דער עוולה שבו.
וכמו ששמענו מפ''ק פונ'ם מטה אהרן זז''ג 'ס'איז דא אזעלכע וואס פארשטייען נישט קיין שבעים לשון....ס'איז געווען אזוי אין קראלע, ס'איז געווען אזוי......'
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 4:00 pm
דורך יעקב מענטש
רט
קאווע טרינקער האט געשריבן:ערשטענס כל, דו ביסט נישט קיין אט"ד ווילאנג דו האלטס נאך אז דער אהבת ישראל איז געווען גרעסער ווי די קדושת יום טוב און די מנחת אלעזר...
צווייטענס, לויט ווי דו פארציילסט עסט שוין אונזער ר' שמואל דארט יארן, און באקומט זיין פארציע אנע פרעגן. איך בין זיכער אז במשך די יארן האבן זיך זייער אסאך אנדערע come and go קאסטומערס זיך שטארק געוואונדערט און זיך אפילו גערעגט! סארא חוצפה דאס, יענער איז געקומען שפעטער און איך שטיי נאך און ווארט...
קען זיין אז צווישען די מענטשען זענען אויך געווען אזעלכע וואס האבן געטראכט אז צוליב שמואל'ס חוצפה'דיגע מידות האט ער טאקע אזא צרות'דיגע שטוב. - בכל אופן במשך די אלע יארן האט אים קיינער קיינמאל נישט געזאגט א ווארט!
פארוואס טאקע? ווייל די אלע מענטשן זענען אויפגעצויגן געווארן מיט public awareness.
האט זיך געמאכט לעצטענס, א הונגעריגע נערוועזע איד, מיט נישט די בעסטע מידות, און איז ארויס פון קאנטראל אין געזאגט א סטעיטמענט וואס אחוץ אויב ער איז א רשע, האט ער אוודאי חרטה געהאט תוך כדי שאילת שלום.
ממילא, פארשטיי איך נישט פארוואס נאכן באשרייבן די געפערלעכע אינצידענט, טוישט זיך דיין לשון פון יחיד צו רבים, און כדרכך ביסטו משלב אלע פראבלעמען מענין לעניין. עכ"פ, דיין חשש אז מ'וועט דיך שוין ווייטער אנקוקען אלץ א "האקער" (מיט א פתח), - נישט איך חלילה - איז אפשר אויך לעגיט ביי דעם אשכול.
איך האב אלעמאל געוואוסט אז ווען א איד טוט מעשים אשר לא יעשו אין פובליק טראגט ער א אחריות אויף גאנץ כלל ישראל, ווייל ביים גוי - עפ"י רוב - זענען אלע חסידים איינס, און אויב איינער ווארפט אראפ שמוץ אויפן גאס מיינט דאס אז אלע אידן זענען אומערצויגן.
יעצט הער איך אז די זעלבע כלל גייט אן ווען מ'טוט עפעס פארענט פון די אט"ד'ס אויך!
איך ווייס נישט צו דער רבי שמואל האט אויך אפגעלערענט פשט אזוי ווי שבת, אז ס'איז עפעס א מכה חרידי דאס הנאה האבן צו טרעטן אויף יענעמ'ס הינער אויג, אפי' אויב יא, גיי איך נישט דן זיין א צובראכענע אנגעגעסענע טאטע וואס קען צוקומען צו אזוינע אומלאגישע החלטות מרוב צער, אבער דו שבת וואלסט יא געמעגט נוצן קאפ, אז דאס האט נישט מיט די 'קאמיוניטי' גארנישט, סך הכל אפאר יחידים מייט אדער א שכל דעפישענסי אדער סתם מדות מושחתות, נישטא קיין צורך צו אלערטן דעם פובליק, ב"ה דער עולם פארשטייט עס אליינס, און די פאר יחידים וואס פארשטייען עס נישט, וועט עס נאכן מסבירן ארויספליען פון קאפ ביי די ערשטע געלעגנהייט ווי ער ווארט 2 מינוט לענגער אויף זיין פרישטאג ווי ערווארטעט, אווי די מעשה פון רבי יהונתן מיט די קאץ