בלאט 1 פון 1

איך בין א ניגון

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 5:17 pm
דורך בר-כוכבא
איך בין א ניגון,
פון אויסגעצויגענע טענער.
צופעליגע נאטן,
אן קיין חשבון און סדר.

איך בין א ווינט,
אין חלל אָן אטמאספער.
וויל בלאזן,
אבער נישטא וואס און וועמען.

כ'בין א פלאקער,
אפגעריסן פונעם פייער.
וויל ברענען,
אבער נישטא קיין אחיזה.

איך בין א טרער,
אנטלאפן פונעם אויג.
וויל וויינען,
אבער פארגעסן וויאזוי.

כ'בין א שטויבל,
אויף אן אינזל פון וואסער.
וויל זיצן,
אויף אור-היסטארישע פעלזן.

כ'בין א נשמה,
אין אומבאקוועמען גוף.
וויל אהיים,
אבער רוחניות האלט צוריק.

כ'בין א מענטש,
אויף פרעמדער ערד.
פארליבט אין תנועה,
אבער פארפלאנטערט אין בגדים.

כ'וועל בכל זאת זינגען,
בלאזן און שטורמען,
ברענען ווי גיהנום,
גיסן מבול-טרערן,
קוקן דעם ים אין פנים,
דערפילן ווילדע חידושים,
און פארזעצן דעם גאנג,
ביז אפזאגן וועט דער זאגער –
דאס סאמע לעצטע ווארט.