בלאט 1 פון 1

רבי גדליה שור ר"י תורה ודעת - ז' תמוז

נשלח: מיטוואך יוני 27, 2012 10:21 am
דורך דולה ומשקה
באקאנט מיט זיין גרויסע ווערק, זיין ספר אור גדליה,
ער האט געהאט א ברייטע וועג פון טראכטען אין אפילו גאר קליינטשיגע זאכען.
ער איז געוועהן א גרויסע שאך שפילער.
נלב"ע ז' תמוז

רבי גדליה שור איז געבוירען אין גאליציע נאכען ערשטע קריג, זייענדיק צוויי יאר אלט איז ארויס קיין אמעריקא אינאיינעם מיטן זיינע עלטערן. אלס בחור "עשה חיל רב בלימודיו, והתגלה בבעל כשרונות עילויים מופלאים" בנוסף אויף זיין זכרון
הפנומנאלי.
ווען ער איז געקומען לימי הבחרות האט ער מקיים געוועהן דעם ״הוה גולה למקום תורה״, אין פון אמעריקא איז געפארען לערנען אין דער ישיבה פון הגאון הגדול רבי אהרן קוטלר זצ״ל אין שטאט קלצק שבליטא, דארט איז ער שטארק נתעלה געווארען, ביז ער איז געווארען פארעכנט אלס איינע פון חשובסטע אין שטארקסטע תלמידים.
אויפן וועג קיין קליצק איז ער אדורך וויען, ווי ער האט געוויילט ביים סדיגורא רבי, וואס זיין טאטע איז געוועהן זיינס א חסיד, אויך אויפן וועג צוריק האט ער זיך ספעציעל אפגעשטעלט.