בלאט 1 פון 1

אין שטוב פון די יתומים

נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2015 5:03 am
דורך בעל מדות
ארץ ישראל
מצב שמאל
מכת ישמעאל


ווילדע פערדן
אפענע שווערדן
רצח'ן מערדן


האריזאנט טונקל
פינסטער יעדע ווינקל
א טרער א בלינקל


לאמיר אריבער
יחד כל הציבור
זיי טראגן נישט איבער


שפאנען צום שטוב
די טרערן גרוב
פארלוירן די "ליב"



יתומים קליינע
קערפער ריינע
מחשבות געמיינע


די פיס זיי טופען
טוען זיך ציפן
אין פאות קניפען


'אבא' נישטא מער
בעקעלע, א טרער
לעכטל געב אהער


מיט שטיקעניש
פרעגן דיקעניש
מיט א טרוקעניש


זעמער טאקע אליין?
מיר זענען אזוי קליין...
טאטי קום צוריק אריין!


ווי איז די אם?
אויך על קידוש השם?
פיין, צער, בכי' קלעם


קען דען זיין וואר?
ניטאמאל קענען קלאר!
אינזערע עלטערן גאר...


פארוואס מאמי?
פארוואס טאטי?
פארוואס אינז?


וואס איז יעצט?
ווי ענק געזעצט?
ערד, צום לעצט?


ביליאנען, קולטורן
קומען, גייען, פארן
אידן לעבן טארן?


די מערדער! רוצח!
פון דיר מ'עקלצ'ך
די יוניווערס שעמצעך!


רואינירט מיין לעבן!
פארטיליגט שטרעבן
צום גיהנם קלעבן


בלוט אויפן האנט
ס'איז מיר באקאנט
מיין טאטע'ס! קראנט


געב עס אהער!
גנב, שנעל אומקער
זי קאכט מער


למנוחה גיין זי וויל
אביסל געפיל
ס'נישט קיין שפיל


יתומים היינו
רחם נא עלינו
גאט הושיענו


מיר האבן קיינעם
נאר דיר איינעם
מיר רעדן אין שיינעם


מיר ווילן פרעגן
געוויס מיר מעגן
הערן מיר פלעגן


מצוה כבד את
טאטע מאמע אגעס
מה הלכה אצל מת...


טון וואס מעגליך
מצבה רוימען טעגליך?
שיין פארמעגליך?



אבער אפשר דאך
דאווענען נאך
זיי האבן נאך א וואך


עוד חד פעם
זען דאס שטאם
בשבת אחים גם