בלאט 1 פון 1

ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:31 pm
דורך אדנירם
[center]הקדמה.[/center]
לאור מיינע אנדערע אשכולות וואס זענען ב"ה אויפגענומען געווארן מיט צופרידנהייט, האב איך געקלערט צו עפענען דעם אשכול וואס וועט אי"ה אנגיין ווילאנג דער עולם צייגט פאראינטרעסירטקייט [און איך האב נאך מעשיות און אנקעדאטן], להנאת הציבור.

רוב מעשיות זענען ערשט-האנטיגע סיפורים וואס מיין פאטער שיחיה איז זעלבסט געווען אן עד ראי' דערצו, ווען מיין טאטע האט געלערנט אין ארץ הקודש צווישן 30-40 יאר צוריק [פונקטליך וויל איך נישט זאגן, פאר פארשטענדליכע סיבות]. אנדערש ווי די געווענליכע סטיל פון דערציילן הפלגות און קדושה וחסידות וגאונות, זענען די מעשיות בעיקר זיסע אנעקדאטן - פון די סארט וואס פאסן נישט עכט אריין אין א ספר 'תולדות', אדער א שטיקל 'בילד' פון יענעם גדול.

לכאורה וועט דאס זיין אינטרעסאנט פאר געוויסע, און נאריש פאר אנדערע, וויבאלד זיי זענען בעיקר טשיקאווע מעשה'לעך וכנ"ל. אבער ווילאנג דער עולם וועט הנאה האבן דערפון [און כ'וועל דאס זען], וועל איך ארויפלייגן די מעשיות.

דער עולם ווערט געבעטן צוצולייגן מעשה'לעך און עובדות וואס זענען באוואוסט פאר זיי, אויף די גדולי ישראל הנידונים, אז כ'זאל נישט דארפן זיין קיין קול קורא במדבר.

ייש"כ, ובתקוה לגרום הנאה לישראל.