בלאט 1 פון 1
בעל טובה היכי דמי?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 12:38 pm
דורך moshav zekeinim
מיר אלע האבן זיך שוין אנגעשטויסן אין א מצב ווי פלוני פאדערט הכרת הטוב אדער פאררופט זיך גאר אלס דיין מיטיב אדער בעל טובה כללית, בעת איר שפירט נישט אז איר דארפט אים באדאנקען, און צומאל שפירט איר גאר אז עס קומט אייך צו ברעכן פון זיין הכרת הטוב פאדערונג.
מאידך, האבן מיר שוין אויך איבערגעלעבט דער געפיל אז עמיצער פאר וועמען מיר האבן א טובה געטון איז אונז נישט מכיר טובה.
אין ביידע פעלער מוז זיין אז מיר זענען אמאל יא גערעכט און אמאל נישט גערעכט. איז לאמיר פראבירן צו זעהן ווען מיר זענען יא גערעכט און ווען נישט.
אין מיין פערזענליכער ווערטערבוך האט דער נאמען "בעל טובה" עטליכע באדייטן. איך האב עס קאטעגאריזירט אויבערפלעכליך, און אדרבה, אז איינער קען פארבעסערן צו א מער יסודות'דיגער צעטיילונג זאל זיך ביטע לאזן הערן:
1. לב טוב. ער גיבט מיטן גאנצן הארץ, אבער איך דארף יעצט נישט דאס וואס ער גיבט מיר. און אדרבה איך וויל עס נישט יעצט.
2. מעביר על מדותיו. ער גיט מיר למשל א באנאנע ווען איך בין הינגעריג טראץ וואס ער איז א צר עין בטבע. ער שפירט ווי ער האט מיר געטון א וועלטס טובה, און איך שפיר נישט אז ער האט געטון א ווייסעך וואס פאר א טובה..
3. חצי טובה. דו טוסט א האלבע טובה, בשעת ער נויטיגט זיך קריטיש אין א גאנצע טובה.
4. מנצל. טוט טובות, אמת'ע צו נישט אמת'ע, בלויז כדי מיר אויסצוניצן, און מיינט בכלל נישט מיין טובה. צומאל דארף מען אפילו האלטן קאפ צו ער האט בכלל געטון א טובה אדער א רעה. שעל זה אמר הכתיב "וחסד לאומים חטאת".
5. בהשכל ודעת. א טובה מיט שכל.
דאס איז מער ווייניגער מיין ליסטע פון מושגים אין בעלי טובות, אן קיין צונעמען יעדער נקודה בהרחבה. אונטער נומער 5 זאל מען שטענדיג ערווארטן קריטיג.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 1:09 pm
דורך שמעקעדיג
איך קען איינעם וואס ווען אימער ער טוט א טובה מאכט ער זיכער מיר עס צו זאגן (הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו...) און דערמאנען נאכאנאנד כדי איך זאל געדענקען וואספארא גוטער מענטש ער איז,
ווען איך קען וואלט איך יענעם צוריקגעווארפן דעם טובה אין פנים, עס לאזט איבער אזא שלעכטן נאך-טעם.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:38 am
דורך [NAMELESS]
אין חובות הלבבות ריש שער עבודת אלקים איז ער דאס מחלק אביסל אנדערש.
Re: בעל טובה היכי דמי?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:41 am
דורך [NAMELESS]
איך דארף יעצט לויפן צו א חובת הלבבות אדער די גייסט עס אויסשמיעסן??
נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 10:55 am
דורך [NAMELESS]
איך האף עס צו ברענגען היינט נאכט, איך זוך נאך א טעקסט דערפון, דערווייל גיב איך א מראה מקום. אנטשולדיגט פאר די פאר אומזיסטע kb data וואס דער קליק האט דיר געקאסט.
(גראדע לערנען חובות הלבבות שאדט נישט פאר קיינעם)
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 12:00 am
דורך [NAMELESS]
דא אינעם פתיחה.דער חובות הלבבות רעדט וועגן חיוב הכרת הטוב און ער ברענגט ארויס אז אלע טובות וואס מענטשן טוהען ציווישן זיך זענען מלא נגיעות און פאר אייגענע אינטערעסן זיך אליין צו סעטעספייען, און דאך איז דער שכל - און אויך די תורה, לויט ווי ער ברעגט פון פסוקים - מחייב מכיר טוב צו זיין אויף דעם.
ער זאגט אז אלע טובות גייען אריין אין איינע פון די פינף סארטן:
א- די טובות פון א טאטן צום קינד: ער מיינט בלויז זיך וויל ער שפירט אז דאס קינד איז א חלק פון איהם מילא איז נאטורליך אז ער טוט טובות פארן קינד און ער זארגט זיך פאר איהם אפילו מער ווי ער זארגט זיך פאר זיך אליינס, און די ראיה אז דער טאטע מיינט גענצליך זיך אליינס איז ווייל מען זעהט אז אזאנע טובות טוהען זיך דאס לייכסטע.
ב- די טובות פון א בעה"ב צום ארבעטער: כאטשיג דאס איז נישט אזוי נאטורליך ווי א טאטע פארן קינד, פארט איז ער נאכמער עגאאיסטיש ווייל ער מיינט בלויז זיין אייגן געלט, וואס דאס באקומט ער פון א געטרייען ארבעטער.
ג- צדקה פון אן עושר צום ארעמאן ע"מ לקבל שכר מן השמים: אזא איינער שפירט אז ער אינוועסט פשוט, ווייטער מיינט ער זיך אליין.
ד- טובות ציווישן מענטשן לשם כבוד אדער סיי וועלעכע גשמיות'דיגע נוצן: דאס איז ווי איינער וואס לייגט זיך אוועק אין א סעיווינגס אקאונט ער זאל דאס קענען נוצן ווען ער ברויך, ווייטער בלויז להנאתו.
ה- די טובות פונעם שטארקן צום שוואכן אויס רחמנות: ער שפירט יענעם'ס צער טון ער וויל זיך אליין באפרידיגן ער זאל דאס מער נישט שפירן, ער באנדאזשירט זיך אליין.
אונטערשטע שורה: דער חובה"ל טענה'ט אז כאטשיג "אלע" טובות זענען ב.ש. און קיינער מיינט נישט דיר באמת, פארט איז עטיש און תורה'דיג צו זיין דאנקבאר דערויף.
Re: בעל טובה היכי דמי?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 1:06 am
דורך נולד מאוחר
דאס זעלבע איז לכוארה ביי קיום תורה ומצוות. סאיז נישט שייך לשמה סתם ווייל דער אויבשטער האט געהייסען
Re: בעל טובה היכי דמי?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 1:13 am
דורך וזרח השמש
סאיז יא שייך לשמה נאר סאיז זייער א גרויסע מדריגה, און וואס אינז קימען נישט צי אפי' צים שפיץ גאפעל,
וזה שאמרו חז"ל מתוך שלא לשמה בא לשמה מיז זיין אז סאיז דא אזא זאך
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 6:41 am
דורך moshav zekeinim
דער חובות הלבבות האלט שוין א דרגה ווייטער ווי מיר. ער רעדט פון געזונטע טובות ללא ספק, און קאטעגארעזירט בלויז לפי דער עגאאיסטישקייט.
איך קאטעגאריזיר אבער בעלי טובות לפי די געזונטהייט און שלימות פון זייער טובה גופא. 1- א לב טוב קען געבן א געוואלד, אבער לאו דווקא וואס יענער ברויך. 2- א מעביר על מדותיו קען געבן פון זיין דם התמצית (לויט זיין נאטור אדער צושטאנד איז א געוויסע טובה מסירת נפש), אבער דער טובה איז למעשה נישט מי יודע וואס. 3- א בעל טובה כללית, קען טון א סך טובות, אבער לאו דווקא גאנצע טובות. 4- הגרוע מכולם, א טובה על מנת יענעם אויסצומעלקן, וואס די "בעלי טובה" זענען חשוד אז זייער טובה איז אן אחיזת עניים, אדער ערגער פון דעם, אז זיי זענען גאר די צינדערס פונעם פראבלעם, כדי דערנאך צו קענען זיך צייגן ווי א מציל ומושיע. 5- הטוב מכולם, א טובת אמת מיט שכל מתי איה איך ולמה.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 11:22 am
דורך געוואלדיג
הכרת הטוב איז פשוט טייטש אנערקענען אז יענער האט מיט מיר א טובה געטוהן און עס מיינט נישט זיין שולדיג פאר יענעם די גאנצע וועלט, נאך א נקודה, מצד התורה איז הכרת הטוב כדי אונז זאלן זיי מענטשן און נישט ווייל יענער דארף דאס, והא ראיה, בירא דשתית מיניה מיא לא תשדי ביה אבנא, און משה רבינו מיטן נילוס.