בלאט 1 פון 2
ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 12:31 pm
דורך פוחת ועומד
שוין אסאך מאל וואס איז אויסגעקומען צו הערן (נישט דערהערן) פון חברים און אנדערע חסידישע אז ''דע ליטוואקס זענען די ערגסטע'' אדער ענליכס. איך האב עס קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס ס'דא גענוג פון אונז וואס האלטן אזוי, ווען איך פרעג זיי פארוואס און מיט וואס? האב איך נישט פארשטאנען פונקט די אלע תירוצים, אבער ס'האט אויסגעזען אז דאס איז עפעס וואס איך קען נישט דערגיין וויבאלד איך האב נישט צופיל א קאנטאקט מיט אנדערע און זיכער נישט מיט ליטוואקס.
אבער דאס ביסל וואס איך האב יא געהאט מיט לעיקוואודע אידן איז גאר עפעס וואס האט מיר געגעבן א פארקערטן בליק אויף זיי. ווען איך ווייל שבת אין לעיקוואוד עטליכע מאל אין יאר שטיי איך אלץ איין בחינם ביי אידן וואס גיין פונקט אוועק פאר שבת און זיי געבן איבער זייערע דירות הארצן גערן, שוין געווען וואס לאזן איבער צעטלעך אז מ'קען נוצן אלעס פון די הויז מיט א ברייטקייט אלעס מיט א שמייכל. פונקט...? ווי חסידים.
עכ''פ איך ווייס דאך אבער נישט אויב יענע זענען דע ליטוואקעס וועלכע געוויסע פון אונז חסידים בארעדן אזוי, זענען זיי אפשר ישיבה'ש? אדער סתם מאדערנע איך דערקען נישט. אבער לעצטענס האט מיר איינער פארציילט עפעס וואס אפשר ווארפט א ליכט וואס יענע מיינען ווען זיי ברענדען ליטוואקס ווי שלעכטע על אף וואס ס'מוז נישט זיין אז ס'איז ממקור הרע. ער האט געזוכט א פארקינג א שעה צייט שפעט אין דער נאכט ער האט גארנישט געקענט טרעפן בלית ברירה האט ער געפארקט אין א גרויסע הויף פון א ליטווישע ישיבה ביים עק אינגאנצן, דארט איז א גרויסע הויף וואו מ'שפילט באל אינמיטן טאג אביסל. ווען ער איז געקומען נעמען זיין קאר איז דער עפענונג געווען געבלאקט מיט א קאר דעם ראש ישיבה'ס קאר, ער האט אים אפירגעזוכט און מסביר געווען וואס ער האט געהאט צו זאגן, דער ליטוישע ר''י זאגט אים אבער אז ס'איז א פריוואטע לאט ממילא קען ער אים נישט העלפן... ער וועט מוזן היינט זיין אן א קאר.... ער גייט נישט רוקן זיין קאר פונעם טיר. יענער האט זיך איינגעבעטן שוין מיט טרערן אז ס'איז געווען בלית ברירה ממש און למעשה האט ער קיינעם געשטערט און ער מוז האבן זיין קאר פאר ביזנעס. אבער והוא באחד און דער ר''י שפאצירט אוועק יעצט ווער איז גערעכט? ס'מאכט באמת נישט אויס ווייל איינעם קען מען פארשטיין געפילש און דעם אנדערן קען מען פארשטיין לעגאל... אבער כ'קען נישט טראכטן פון א חסידישן ר''י טון אזאנס. איז אפשר דאס פשט וואס יענע זאגן? קען זיין. איז עס שלעכטקייט? אדער ענדערש מער דאס עצם ליטווישע תורה'דיגע פונקטלישקייט? איך האב קיין מיינונג.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 2:44 pm
דורך יהושע חיים
כלל און לעבן מאך נישט קיין באשלאסן אויף איין מעשה וואס די הערסט אויף איין מענטש (אדער אום מענטש) און סטעמפל אפ א גאנצע געמיינדע!!!!!
אזאליכע זאכן קענען פארסירן פונקט אזוי ביי חסידים (נישט עס קען געשען נאר עס געשעט יעדן טאג אזאלכע עפיזאדן מיט חסידים ליטוואקעס און שווארצע ווייסע פאטריקאנע וכו' )
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 4:23 pm
דורך פוחת ועומד
גוט זאג דאס פאר די אלע וואס רעדן בארעדן אלע ליטוואקעס, איך בין נישט פון יענע. אבער דאס קען זיין א כלליות חילוק צווישן חסידים און ליטאים, די הקפדה וואס ער האט איז דאס זעלבע וואס ער איז אזוי מקפיד צו דאווענען פארן זמן תפילה, און דער חסיד וועט כאפן ענדערש א מקוה קודם אפילו ער וועט צוליב דעם שפעטיגן חצות. חסידים זענען מער קערליס מער געפיל, זיי זענען מער שטייף נישט נאכגעביג.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 6:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'שטעלט צו א ליטווישע ראש ישיבה צו א חסידיש'ע ראש ישיבה?! ער איז מער צוגעשטעלט צו א חסידיש'ער רעבע. א רעבע איז נארמאל אסאך שלעכטע ווי זיין חסידים. דער ראש ישיבה וואס דו האסט מיט איהם אנגעשטויסען וואלט דיר קיינמאל נישט געגעבען זיין שטוב און ער וועט זיין פינגער אין קאלט וואסער נישט לייגען פאר א פרעמדע'ן. אבער זיין אנהענגער'ס וועלען מעגליך יא. א רעבע וואלט אפשר קיינמאל נישט אזוי געטוהן מיט זיין קאר, אבער פראביר צו זיצען אין זיין בענקעל, אדער צו נוצען די זעלבע נאמען פון זיין דערפעל אין מזרח אירופא פאר דיין קרעטשמע. 'עסט שוין כאפען א פארציע.
דער מושג פון די ליטווישע שלעכט'ס האט א מקור, אבער איך ווייס נישט צו ס'איז פון שלעכט'ס. איך קלער אז ס'איז פשוט טבע המדינות. דער ליטווישע פויער איז אויך געווען אנדעריש ווי די אונגארישע פויער. וואס מיין איך? דער ליטוואק לעבט אסאך מער אין זיך און מיט זיך, ער לעבט אסאך ווייניגער מיט אנדערע. עכ"פ דער אריגינעלע ליטוואק איז זיכער אזוי געווען. דעריבער איז איהם שווערער צו זען די פראבלעמען פון א צווייטען און דאס צו נעמען אלס זיין פראבלעם. פון דעם קומט ארויס אסאך ווייניגער 'עסקנים', און שוויצער'ס מיט ביפער'ס (ס'איז דא אזעלכע דא אויך, אבער עפ"י רוב פון די פרעמדער און מענטשען וואס קענען נישט געלונגען אין סיי וואס פאר א צווייטען אמט) און אזוי אויך איז דאס לייכטער אפצוזאגען א היט"ש אדער איינער וואס בעט געלט אין בית המדרש. דאס איז די נאטורליכע פוילקייט און איינזאמקייט וואס די ליטווישע איד האט געהאט.
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 1:20 am
דורך דעת תורה
ס'איז פשוט. א ליטוואק פעלט (פון זיין) הארץ. ווייל א שטיקל דערפון איז א צלם.
(הגם אריגינעל פלעגט מען זיי רופן - עכ"פ אין פוילן - א 'צלם - קאפ'. און לפי זה וואלט דאך זיי געדארפט פעלן אין קאפ. איז יתכן אז לעולם פעלט זיי עס אין הארץ, נאר פאר א הארצלאזן ליטוויק גייט דאך דאס נישט אן, זאגט מען, זיי אויף צו להכעיס, אז עס פעלט זיי גאר אין קאפ).
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 2:13 am
דורך [NAMELESS]
כ'בין סתם נייגעריג ווער ס'איז אויפגעקומען מיט דעם 'געלונגענעם' ווערטל אז אלע ליטוואקעס האבן א צלם אין זייער הארץ
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 3:20 am
דורך וזרח השמש
די דברי חיים האט געזאגט אז א יעדע ליטווישער האט א צלם אין הארץ און אז די וועסט אויפשניידן און נישט טרעפן דען כאטשיג נאך איין ליטווישער טויט
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 7:47 am
דורך קאווע טרינקער
וזרח השמש האט געשריבן:די דברי חיים האט געזאגט אז א יעדע ליטווישער האט א צלם אין הארץ און אז די וועסט אויפשניידן און נישט טרעפן דען כאטשיג נאך איין ליטווישער טויט
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
ער האט געמיינט א ליטווישען איד אדער א ליטווישען גוי?
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 8:25 am
דורך mevakesh
באלאנגט אין פארמעקטע אשכולות
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 10:21 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז וויכטיג ס'זאל ארויסקומען דער גלויבונג. פארדעקט אונטער'ן טעפיך איז דער פראבלעם.
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 12:05 pm
דורך א איד
וזרח השמש האט געשריבן:די דברי חיים האט געזאגט אז א יעדע ליטווישער האט א צלם אין הארץ און אז די וועסט אויפשניידן און נישט טרעפן דען כאטשיג נאך איין ליטווישער טויט
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
ווי איז די מקור פונעם דברי חיים?
ווער ברענגט עס פון עם?
איך גלייב נישט אזא סטעיטמענט פונעם דברי חיים.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 12:11 pm
דורך [NAMELESS]
אויב ס'איז געווען א חסידישע רבי וואס האט געזאגט אזא סטעיטמענט איז עס הערשט נישט געווען דער דברי חיים בידוע
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 12:14 pm
דורך לית דין בר נש
וזרח השמש האט געשריבן:די דברי חיים האט געזאגט אז א יעדע ליטווישער האט א צלם אין הארץ און אז די וועסט אויפשניידן און נישט טרעפן דען כאטשיג נאך איין ליטווישער טויט
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
דאכט זיך די וואס זאגן די מימרא זאגן עס פון מנחת אלעזר נישט פון דברי חיים
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 12:16 pm
דורך לית דין בר נש
.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 12:18 pm
דורך לית דין בר נש
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א רעבע וואלט אפשר קיינמאל נישט אזוי געטוהן מיט זיין קאר, אבער פראביר צו זיצען אין זיין בענקעל, אדער צו נוצען די זעלבע נאמען פון זיין דערפעל אין מזרח אירופא
הייסט אין די ראש ישיבה'ס בענקל קען איך זיך יא פראבירן זעצען? אדער עפענען א קרעטשמע מיט זיין נאמען הא?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 12:22 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז באוואוסט אז די ליטווישע ראש ישיבות האבן אנדערע הלכות בנוגע בענקעלעך און בכלל זייער הויז. למשל אויב וואלסט פראבירט זיך אראפצוזעצן אויף רב שטיינמאן'ס בענקל וואלסטע עס לכאורה נישט געמאכט, וויל וואלסט זיך געטראפן אויפן ערד צוזאמען מיט נאך אפאר פליענדע ברוכווארג..
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 12:24 pm
דורך לית דין בר נש
הייסט די מיינסט טאקע ווייל ער האט נישט טאהש'ע רבי'ס שטיהל לאזט מען מיך זיך אוועקזעצן אויף דעם?
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 12:42 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אנטשולדיגט, אבער הרב שטיינמאן איז נישט דער ראש ישיבה וואס מ'מיינט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 12:44 pm
דורך [NAMELESS]
איך רעד להלכה ולא למעשה
Re: ליטוואק vs חסיד - בין אדם לחבירו
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:58 pm
דורך קל וחומר
א איד איז געגאנגן צום סקולענער רבי ז"ל נאכן ערשטן בעשוי פון זיין טאכטער, האט ער אויסגערעכנט די מעלות פונעם מדובר ובתוכם אז דער בחור איז זייער א גראדער מענטש און האט געזאגט אז ער וועט בשום אופן נישט נעמען קיין פ"ס מיט פרשת שמיני וכו', האט אים סקולענער רבי געזאגט זייער א שיינע זאך פון אים אבער טאמער זוכסטע א בחור וואס איז חשקה נפשו בתורה זאלסטע אים ניט נעמען ווייל איינער וואס וויל באמת לערנען וועט נעמען די זאכן אבי ער זאל קענען לערנען.
Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:20 pm
דורך שלום על ישראל
קל וחומר האט געשריבן:א איד איז געגאנגן צום סקולענער רבי ז"ל נאכן ערשטן בעשוי פון זיין טאכטער, האט ער אויסגערעכנט די מעלות פונעם מדובר ובתוכם אז דער בחור איז זייער א גראדער מענטש און האט געזאגט אז ער וועט בשום אופן נישט נעמען קיין פ"ס מיט פרשת שמיני וכו', האט אים סקולענער רבי געזאגט זייער א שיינע זאך פון אים אבער טאמער זוכסטע א בחור וואס איז חשקה נפשו בתורה זאלסטע אים ניט נעמען ווייל איינער וואס וויל באמת לערנען וועט נעמען די זאכן אבי ער זאל קענען לערנען.
Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
במחילת כבוד רשכבה"ג מנהיג הדור וכו', מה נעשה ב
לשמור ולעשות?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:30 pm
דורך קל וחומר
רוב דיינים האלטן אז ס'איז נישט קיין פראבלעם צו נעמען (איינער וואס דארף צוקומען דערצו פארשטייט זיך), זיי קענען פשוט נישט פסק'נען אין די עפנטליכקייט 'מטעם הכמוס'.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:38 pm
דורך שלום על ישראל
וואס איז די היתר?
נשתכחה תורת הבעש"ט?