ישראל מ.:ניו יארק[center]
די שטימע פון יענער זייט[/center]
ברכה גיטל, איך האב אפגעליינט דיינע ווערטער מיט אינטערעס, זעענדיג וויאזוי די זעלבע געפילן קענען זיך אפשפיגלען פונעם ווייבערשול. דיין קול איז אייגנארטיג, דו טראכסט זיכער מער ווי אנדערע, און דערפאר איז דיין מצב אויך שווערער. ווען איך האב געשריבן וועגן דעם וואס מיינע אויערן האבן אמאל אויפגעכאפט א טעאלאגישן שמועס צווישן ווייבער, האב איך נישט געקלערט אז דא קען זיין אויך א פרויען-זייט צו דער מעשה...
איך ווייס נישט ווער ס'איז דער יונגערמאן וואס איז דיך פארבייגעגאנגען בשעת דו האסט פארפירט א השקפה שמועס מיט א חבר'טע, איך בין עס מסתמא נישט געווען, אבער דו האסט שיין דעמאנסטרירט די קעגנזייטיגע שפאנונג וואס קען הערשן צווישן די צוויי מינים, פון ביידע זייטן פון דער מחיצה, אין דער מינוט וואס דאס הארץ עפנט זיך צו וועלן דערקענען די גאנצקייט פון דער מענטשליכער ספערע, צו וועלן איבערקריכן די ליניע וואס צעטיילט שארף די צוויי סעקטארן פונעם בית מדרש, אבער אן דעם וואס מ'זאל טרעפן א מעגליכקייט ווי צו דערגרייכן אהין.
ביי פעלקער זענען דא פארשידענע סימבאלן וואס אידענטיפיצירן זיי. זייערע פענער הייבן זיך מיט פראכט צום הימל, און די הימנעס שפאלטן די אטמאספערע פונעם מענטש. ווען זיי שפילן זיך אויס אין הארמאניע איז עס א א רייכע סצענע פון יצירה. און וואס וועט זיין ווען ס'וועט דערגרייכן דאס קול פון א פרוי צו אונזערע אויערן אינמיטן דעם גאנצן געמיש פון מענטשליכער פילפארביגקייט? אדער ווידער, אויב נאר א געלעכטער וועט זיך בטעות אויסרייסן פון איר מויל, און פון דארט וועט עס ארויפגיין און זיך צעשפרייטן אין דער אייביגער ווייטקייט דורכלויפנדיג נעבן אונז, וועלן מיר אנטלויפן אדער מאכן א ברכה? וועלן מיר הייבן פיס צו לויפן, אדער וועלן מיר זיי צוזאמלייגן אויף צווייען און אויסקניען?
וואס גענוי איז קול באישה? איך פרוביר צו דערגיין. וואס איז דא אין דעם דעליקאטן קול וואס טרייסלט אויף די נשמה פונעם מאן? יעדעס פאלק ווערט דערקענט לויט זיין כאראקטער און לויט דער שפראך וואס זיינע ליפן שעפשען. מיט די קלאנגען פון באלאלייקא שטעלט זיך פאר דער רוס, און מיט די יללות פונעם יאדלען ענטפערט אפ דער שווייצאר, מיטן געוויין פונעם פייפערל דערקענען מיר דעם בעדואינער, מיט זיין פארצויגענעם געצעלט און שווארצע קאווע, און אויך דער אידישער קלארינעט ווייסט אפנים וויאזוי צו וויינען. דאס אינערליכע גערויש פונעם ציגאנער בריט פונקט אזוי אין זיין אייגענער נשמה, איבערלאזנדיג אן אפדרוק אין די טרויעריגע וויגלידער וואס ס'זינגען די מאמעס צו זייערע קינדער אין די נעכט.
נאכדעם וואס ס'שטעלן זיך אויגן קעגן אויגן, איז דער קלאנג פון מוזיק דער שליסל צום הארץ, וועלכע לאזט אויף די מחיצות צווישן מענטש און מענטש. מ'קען פיינט האבן נאר אזוי לאנג ווי מ'האט נישט געזען די אויגן, און נאר אזוי לאנג ווי מ'האט נישט דערהערט דאס קול. מ'קען האבן פאראורטיילן נאר אזוי לאנג ווי מ'האט נישט דערפילט די פולסן פון דעם ספעציפישן אינדיווידועל אדער גרופע. אינעם פיזישן זין קען "קול באישה" אנרירן הלכה'דיגע פראגעס, אבער אינעם פיגוראטיוון זין נישט. ס'איז קיין שענערע זאך פון דעם נישטא. און אויב זאל אמאל דערגרייכן דאס פיזישע קול אומדירעקט, ווי ס'האט פאסירט מיט א תנא (ע"ז דף כ.) וואס האט אומווילנדיג באמערקט די אָ שיינקייט פון א פרוי, וואלטן מיר געדארפט, ווי יענער תנא, אויסקניען און מאכן די ברכה "שככה לו בעולמו".
*
ווען איך בין געווען א קינד זענען מיינע שוועסטער געגאנגען זיך לערנען מאלן און מיך האבן די עלטערן געשיקט צו לערנען די מלאכה פון סופרות (שיעורים וועלכע האבן נישט לאנג אנגעהאלטן). די טיילונג צווישן אונז איז געווען קלאר – מיידלעך מעגן זיך ווענדן צו פארשידנארטיגע אינטערעסן איבער דער וועלט, בשעת יונגלעך דארפן זיך אינטערעסירן נאר אין תורה. אקטיוויטעטן צווישן קינדער, אפילו גאנץ יונגע, איז אפגעטיילט נישט בלויז פיזיש נאר אויך אינעם אינהאלט פון די אקטיוויטעטן.
ס'איז זינלאז צו קלערן אז אין רעאליטעט פארבלייבט די מענער וועלט קאנצענטרירט נאר אינעם בית מדרש, אבער אפילו ס'איז נאר אן אידעאל שליסט מען שוין אויס פון זיך די וויזיאנערישע כוחות. יעדע השראה ווערט א דיעבד און יעדע אינספיראציע איז פארזיגלט מיטן חותם פון ביטול תורה, וואס דערקלערט אז ס'פאסט נישט פאר אן ערנסטן יונגערמאן אזעלכע זאכן. ווען משה האט איבערגענומען די תורה אויפ'ן בארג סיני האט ער עס גערופן א שירה, אבער אין אונזער תורה איז נישטא קיין פלאץ פאר שירה. מיר האבן אויסגעזויגן יעדעס טראפעלע געזאנג פון דער וועלט ארום אונז, און אנשטאט דעם האבן מיר אנגעטון שווארץ און ווייסע ברילן, אויסקוקנדיג מיט אפשיי קעגן די פעמינינע קולות אין דער בריאה.
מענער וואס אנטוויקלען אן אינטערעס אין פאעזיע און קונסט ווערן באטראכט מיט חשד, און זיי וועלן פילן די שפאנונג צווישן זיי און דער סביבה ארום זיך אויף גענוג א דירעקטן אופן. אין א געזעלשאפט וואו שעפערישקייט און טאלאנט ווערט נישט אנגענומען נאטירליך, פארהאקט עס די טיר אויף יעדן סארט טאלאנט, און דאס ברענגט א חורבן אויף דער געזעלשאפט אליין, וועלכע פארבלייבט אן קיין סימן פון לעבן.
דאך, נאך אלעמען האב איך ליב צו חלומ'ען אז ס'וועט קומען בעסערע צייטן, אונזער היימישע וועלט וועט זיך ערוואכן אין א טאג און אדאפטירן דאס אנדערע קול, דאס "קול באישה" אינעם פיגוראטיוון זין, און היילן דעם קריטישן ריס צווישן די אייגענע רייען.
זאג נישט אז ס'איז א דמיון...
-------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
ברכה גיטל ש.:
ניו יארק[center]
צוויי שטימעס[/center]
[left]My childhood home was situated on street corner. The view from our window was wide. Before the simple reason for where we were situated, it was also in the location where there were things to see.
I spent many hours of my childhood on that corner window.
There was music one day. I ran to the window and saw there is a hachnuses sefer Torah leaving from the house across the street. I settled in, loving the feeling of excitement in the air.
A boy took the microphone and started singing. My neighbor, a girl my age with a beautiful voice, was near me and she said, I wish I can get up on that truck, take the mike and sing like that.
What's funny is that this girl had no lack of places to show off her talent. She was in every school play, she was in every major play, she sang in every choir. What was it that still created that longing in her?
On the flip side, I was thinking about that boy. Yes, it's true, he can sing on that truck, and maybe at a cousins wedding, or a rosh chodesh program in cheder. But this boy will likely not be in plays or choirs or singing classes on Sunday afternoon. He will be in cheder from early morning till late in the evening. And then, as an adult, if he still retained his singing voice, he'll have a built in potential to earn money. A career that he may or may not want, but might take up anyway, for the need to support his family.
Here are two children, both limited in ways, and in other ways have the opportunity to shine. Is one more fortunate than the other?
I'd say they each get the short end of a stick, albiet opposite ends.
***
I was 16. I liked going to the gym. There was a frum gym in the neighborhood and I was there nearly every day.
The music was a point of contention for the participants. Some felt that the secular music had the right tempo and was ok to listen to while working out, others felt the harm it will do to the neshama is not worth any amount of positive energy created.
The majority tho was indifferent.
I liked the music.
I never listened to secular music outside of the gym. Not because I didn't want to, but rather because I was afraid that I will like it so much that I will become attached to it . That somehow scared me.
There was a song that I particularly liked, and my ears perked every time it would come on.
It was a dialogue/duet between a man and a woman. I don't remember the lyrics, it was some song about their relationship. What stuck in my head was the chorus that was sung repeatedly, together. It was heaven on earth.
***
I think of the little boy on the hachnuses sefer Torah truck who will never sing a duet with the little girl watching him from the window.[/left]